אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי חיים לייב כ"ץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:רבי חיים לייב כץ צו רוי:רבי חיים לייב כ"ץ אן לאזן א ווייטערפירונג)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 18:45, 20 יוני 2024

רבי חיים לייב כ"ץ
ביי מצות באקן
ביי מצות באקן
געבורט כ"א אדר ה'ת"ש
מאקאווא
וואוין אָרט בארא פארק
תחומי עיסוק רב, מנהיג עדה, פוסק הלכה
ספרים נחלי בינה
וזרעם לפניך יכון
טאטע רבי יהושע כ"ץ

רבי חיים יהודה לייב הכהן כ"ץ (גערופן "רבי חיים לייב"; געבוירן כ"א אדר[אויסקלארונג פארלאנגט] ה'ת"ש) איז דער סערדאהעלער רב, פון די אנגעזעענע רבנים און פוסקי הלכה אין בארא פארק, א מחבר פון עטליכע ספרי הלכה.

ביאגראפיע

רבי חיים לייב איז געבוירן אין שטאט מאקאווא צו זיין פאטער רבי יהושע, וואס האט דעמאלט געדינט אלס א דיין אין שטאט, און איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס רב פון סאמבאטהעלי.

א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אלס ראש כולל פאר סאטמארע יונגעלייט. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס הויפט דיין אין מורה הוראה אינעם בעלזער בית מדרש אין בארא פארק.

ער איז געווען שטארק דבוק אין צדיקים פונעם לעצטן דור די סאטמערער, קלויזנבורגער, בעלזער און ליובאוויטשער רבי'ס.

אין די שפעטערע יארן האט ער מייסד געווען זיין בית מדרש און קהילה "סערדאהעלי", אויף די 44'סטע גאס אין בארא פארק. היינט פארמאגט די קהילה אויך מוסדות החינוך, צווישן זיי א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה, און א זומער קעמפ אין מאנטיסעלא[1].

השפעה

דער רב איז באוואוסט אלס א גאון בתורה און א בקי אין הוראה, און איז אויך א מוהל. ער האט אין תשע"ו פארפאסט א באוואוסטער ספר "וזרעם לפניך יכון", א שיעור בירור הלכה אין מצות פריה ורביה צו אויסקלארן די הארבע איסורים און גרויסע מכשולות אין די נייע מעטאדן וואס דאקטוירים האבן אויסגעפונען צו געבן געבורט". דער רב איז א שארפער מתנגד פון "פערטיליטי באהאנדלונגען", און האט אויך ארויסגעטרעטן קעגן ארגאנעזאציעס וואס טוען אין דעם נושא, ווי בוני עולם.

דער רב דינט אלס בעל מכשיר פון דעם עירוב אין שטאט בארא פארק, טראץ דעם מיינונג פון אסאך פוסקים וואס זענען חושש אז די גרויסע גאסן אין ניו יארק ווערן פאררעכנט אלס רשות הרבים דאורייתא אויף וואס עס העלפט נישט דאס מאכן אן עירוב, און פילע זענען זיך סומך אויף זיין היתר, צווישן זיי די חסידים פון בעלזא און קלויזנבורג.

צוזאמעו מיט זיין ברודער רבי שלמה זלמן כ"ץ האט ער ארויסגעגעבן א סעריע ספרים 'נחלי בינה', געקליבענע שטיקלעך פון חסיד'ישע ספרים אויף די ימים טובים[2].

אויך האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר 'ויגד משה' אויף סדר נאכט פון זיין פעטער רבי משה יודא כ"ץ, צולייגנדיג דערצו פון זיך.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן