אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
(השלמות)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה -->
{{דעסקריפציע|יעקב'ס אכטער זון, צווייטער מיט זלפה (ב'קצ"ח–ב'שכ"א)}}
{{אישיות תנ"כית
{{אישיות תנ"כית
| שם = אָשֵׁר
| שם = אָשֵׁר
שורה 45: שורה 46:
==משפחה בוים==
==משפחה בוים==
{{עץ משפחה האבות עד השבטים}}
{{עץ משפחה האבות עד השבטים}}
 
{{יעקב'ס קינדער}}
==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
[[קאַטעגאָריע:קינדער פון יעקב]]
[[he:אשר (דמות מקראית)]]

רעוויזיע פון 14:45, 20 דעצעמבער 2023


אָשֵׁר
אשר, 1640–1645 מאלעריי
אשר, 1640–1645 מאלעריי
געבורט פדן ארם
פטירה אוראלט מצרים
מקום קבורה קדש נפתלי - 33°06′44″N 35°31′49″E / 33.112314°N 35.530317°E / 33.112314; 35.530317 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
טאטע יעקב
מאמע זלפה
בת זוג עדון (זיווג ראשון)
הדורה (זיווג שני)
קינדער שרח, ישוי, ימנה, ישוה, בריעה

אשר איז געווען דער צווייטער פון צוויי זין פון יעקב און זלפה די שפחה פון לאה, יעקב'ס אכטער זון און דער גרינדער פון שבט אשר פון די שבטי ישראל.

ביאגראפיע

אשר איז געבוירן געווארן צו זלפה די שפחה פון לאה נאך זיבן חדשים פון שוואנגער[1] אום ב' אדער כ' שבט[2] ב'קצ"ח אין פדן ארם. לויט דער גר"א איז ער געבוירן כסלו ב'קצ"ז[3].

לויט דער ספר הישר איז ער געווען חתונה געהאט צו עדון בת אפלל אבער זי איז געשטארבן אן קיין קינדער, און דערנאך האט ער חתונה געהאט צו הדורה בת אבימאל, אייניקל פון עבר און פון איר האט ער געהאט זיינע קינדער יִמְנָה, יִשְׁוָה, יִשְׁוִי, און בְרִיעָה, און ער האט אויך אדאפטירט איר קינד , שֶׂרַח[4]. זיינע קינדער ווערן אויסגערעכנט אין די תורה[5], און אין דברי הימים ווערן אראפ געברענגט די קומענדיגע גענעראציעס פון אשר[6].

ער איז נפטר געווארן אין מצרים אום כ' שבט ב'שכ"א אין עלטער פון 123 יאר[7] און זיינע ביינער זענען ארויפגעטראגן געווארן דורך זיין שבט ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, און נאך וואס זיי האב געענדיגט אייננעמען ארץ ישראל אין יאר ב'תצ"ה זענען זיי באערדיגט געווארן דארט[8].

קבר אשר ונפתלי די קינדער פון יעקב אין קדש נפתלי

אין ספר הישר ווערט דערציילט: "ויקברו את ארונות מטות אבותיהם... ואת נפתלי ואשר קברו אותם בקדש נפתלי איש איש במקומו אשר ניתן לבניו"[9]. היינט איז זיין קבר באצייכנט ביי כביש 899 אנקעגן 'תל קדש נפתלי'. צו די קבר איז דא אסאך מקורות פון די ה'ת' יארן און ווייטער[מקור פארלאנגט].

אין מדרש

ער איז געווען פון די פינף ברידער וואס יוסף האט געצייגט פאר פרעה[10].

נאמען

לויט די פסוק איז אשר א לשון פון "גליק" אדער "ברכה". די תורה דערציילט וואס לאה האט אויסגערופן ביי זיין געבורט:

וַתֹּאמֶר לֵאָה בְּאָשְׁרִי, כִּי אִשְּׁרוּנִי בָּנוֹת; וַתִּקְרָא אֶת-שְׁמוֹ, אָשֵׁר

דהיינו אז ווייבער וואס האבן געקענט פאר לאה אויף א אומגליקלאכע ווייב צוליב איר עקרות האבן געזאגט 'אשריה', און דערפאר האט זי אן גערופן דער קינד 'אשר'[מקור פארלאנגט].

דער מדרש טייטשט דעם פסוק, "וואויל איז דער וואס האט זוכה געווען דערצו". די מענטשן פון שבט אשר האבן אייביג געוואוינט אין באזונדערע גרויסע פאלאצן, און זענען קיינמאל ארומגעפארן נעכטיגן אין אכסניות. זיינע טעכטער זענען געווען שיינע, און זענען געווען פארהייראט צו כהנים גדולים אדער מלכים[11].

סימבאל

די שטיין פון אשר אויפ'ן חושן איז געווען א תרשיש[12]. אין מדרש תלפיות שטייט:

אשר על תרשיש, ונקרא קריאוליק. וגונה כגטו השמן. וסגלתה לעכל המאכל, וכל שכן למי ששוחקה ומערבה במאכלו, ונעשה בזה עב ושמן שנאמר מאשר שמנה לחמו.

[אויסקלארונג פארלאנגט]

הרב אליהו הכהן, מדרש תלפיות

ברכות פון יעקב און משה

אין די ברכות וואס יעקב האט געבענטשט זיינע קינדער פארן שטארבן האט ער אים צוגעזאגט אז ער וועט האבן א גוטע נחלה וואס וועט געבן 'מעדני מלך': ”מֵאָשֵׁר, שְׁמֵנָה לַחְמוֹ; וְהוּא יִתֵּן, מַעֲדַנֵּי-מֶלֶךְ” (בראשית מט, כ). די טייטש פון די ווארט 'לחמו' מיינט אויך 'מאכלו'[13].

משה האט געבענטשט אשר: "וּלְאָשֵׁר אָמַר בָּרוּךְ מִבָּנִים אָשֵׁר יְהִי רְצוּי אֶחָיו וְטֹבֵל בַּשֶּׁמֶן רַגְלוֹ׃"[14]. דאס הייסט אז אשר איז געווען די מערסטע געבענטשט מיט זין פון אלע שבטים. ער האט פארגינט זיינע ברידער מיט אנפיקנון אויל, און זיי האבן אין מיט תבואה. ווען ראובן האט געטון וואס ער האט געטון האט אשר דערציילט פאר זיינע ברידער איבער דעם, און זיינע ברידער האבן אים פארשריגן. אבער ווען ראובן האט מודה געווען האבן זיי זיך איבערגעבעטן. יעדער פון די ברידער האט אלע גע'טענה'ט אז די לויה קומט פאר אים, אבער אשר האט זיי אלע בארואיגט. וכו' וכו' וכו'[10].


משפחה בוים

יחוס בוים פון די אבות ביז די שבטים

 
יחוס בוים פון בני נח
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
לעגענדע
עלטערן
אישות
 
הערנטע ← דינסט
מאנצביל
פרוי
איינער פון די דריי אבות
איינע פון די אמהות
איינער פון די שבטי ישראל
 
 
 
 
 
יעקב (ישראל)
יעקב (ישראל)


 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 

זעט אויך: אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית


רעפערענצן

  1. סדר עולם פרק ב'
  2. ספר היובלים, פרק כ"ח, פסוק כ"א; זעט מדרש תדשא, פרק ח', געברענגט אין ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב און רבינו בחיי, שמות א, ו, מיט עטליכע טוישונגען צווישן די מקורות.
  3. פירוש הגר"א אויף סדר עולם, פרק ב'. אזוי קוקט אויך אויס פון ילקוט שמעוני, בראשית, רמז קכ"ה; פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ו.
  4. ספר הישר, וישב כא
  5. בראשית מו, יז
  6. דברי הימים א' ז, ל–מ
  7. סדר הדורות, שנת ב'קצ"גב'קצ"ח; ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב
  8. תלמוד ירושלמי, מסכת סוטה, פרק א', הלכה י' (דפוס וילנא: דף ח', עמוד ב')
  9. ספר הישר, יהושע י
  10. 10.0 10.1 ספרי אויף דברים לג, כד (פיסקא שנה)
  11. בראשית רבה, פרשה ע"א, פסקה י'
  12. שמות כח, כ
  13. זעט אויך אין חבקוק א, טז: "מַאֲכָלוֹ בְּרִאָה"[אויסקלארונג פארלאנגט]
  14. דברים לג, כד