אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר עבד אברהם"
ק (אויסשטעל (זע שמועס בלאט)) |
(←אידענטיטעט און פערזענליכקייט: הגהה המשך, פארברייטערט אנהייב) |
||
שורה 6: | שורה 6: | ||
== אידענטיטעט און פערזענליכקייט == | == אידענטיטעט און פערזענליכקייט == | ||
פארשידענע דעות זענען פארהאן אין די מדרשים איבער זיין אידענטיטעט. אין [[פרקי דרבי אליעזר]]{{הערה|פרק טז}} שטייט אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון [[נמרוד]] נאכן ווערן געראטעוועט פון [[אור כשדים]], און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, {{ציטוטון|ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא [[עוג מלך הבשן]]}}. די דעה ווערט אויך דערמאנט אין [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חוקת, רמז תשסה. זעט אויך [[תנא דבי אליהו]] זוטא, פרק כד, אז עוג מלך הבשן האט באדינט אברהם.}}. | |||
די [[בעלי התוספות]]{{הערה|דעת זקנים, פרשת חיי שרה}} האבן זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד אין חז"ל ווערט געברענגט אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן{{הערה|שם=גן-עדן}}, דאקעגן עוג מלך הבשן איז אומגעברענגט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון [[בשן]] (אזוי ווי [[פרעה]] אין [[מצרים]]), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט אומגעברענגט{{ביאור|די בעלי התוספות ברענגען נישט די ווערטער "שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא", וואס לויט די גירסא מוז מען זאגן אז אליעזר זעלבסט איז געווען א רשע און איז נישט אריין אין גן עדן{{הערה|ילקוט הפלאות, אליעזר עבד אברהם א}}. אדער גייט עס אויף די אפשטאמיגע פון אליעזר, אז זיי האבן זוכה געווען צו די מלוכה איבער בשן כדי דערמיט אפצוצאלן דעם זכות פון אליעזר{{הערה|פירוש עין טוב, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז}}}}. אנדערע ווייזן אבער אויף אז דאס איז א מחלוקת צווישן מדרשים, און לויט איין דעה איז אליעזר זעלבסט געווען דער עוג וועמען משה האט אומגעברענגט און ער איז נישט אריין אין גן עדן{{הערה|פירוש הרד"ל, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז}}. לויט דער [[אר"י]], זענען אליעזר און עוג געקומען פון די זעלבע שורש נשמה, אליעזר פון די גוטע זייט און עוג פון די שלעכטע{{הערה|[[s:עץ חיים/שער מט/פרק ט|עץ חיים, שער מ"ט פרק ט']]}}. | |||
די [[בעלי התוספות]]{{הערה|דעת זקנים, פרשת | |||
אין [[תרגום יונתן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד}}}} שרייבט ער: '''אליעזר בר נמרוד''', דאס מיינט "אליעזר זון פון נמרוד". אויך דער [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חיי שרה רמז קט}} שרייבט: "הוא אליעזר בן נמרוד". | אין [[תרגום יונתן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד}}}} שרייבט ער: '''אליעזר בר נמרוד''', דאס מיינט "אליעזר זון פון נמרוד". אויך דער [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חיי שרה רמז קט}} שרייבט: "הוא אליעזר בן נמרוד". | ||
שורה 18: | שורה 16: | ||
אין [[תלמוד בבלי]]<ref>[[מסכת סנהדרין]] דף ק"ט, עמוד ב'.</ref> ווערט דערציילט אז אליעזר האט באזוכט אין [[סדום]] און האט באוויזן מיט גרויס כיטערישקייט זיך צו ראטעווען פון זייערע פארדארבענע געזעצן, און דאס אפילו אויסנוצן פאר זיינעט וועגן. | אין [[תלמוד בבלי]]<ref>[[מסכת סנהדרין]] דף ק"ט, עמוד ב'.</ref> ווערט דערציילט אז אליעזר האט באזוכט אין [[סדום]] און האט באוויזן מיט גרויס כיטערישקייט זיך צו ראטעווען פון זייערע פארדארבענע געזעצן, און דאס אפילו אויסנוצן פאר זיינעט וועגן. | ||
=== זיין גרויסקייט === | === זיין גרויסקייט === | ||
לויטן מדרש וואס ווייזט אז חסידי אומות העולם האבן א חלק אין גן עדן איז אליעזר געווען פון די איינציגסטע וואס זענען אריין לעבעדיגערהייט אין [[גן עדן]]{{הערה|"תשעה נכנסו בחייהם בגן עדן, ואלו הן: חנוך בן ירד, ואליהו ומשיח, ואליעזר עבד אברהם, וחירם מלך צור, ועבד מלך הכושי, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, ובתיה בת פרעה, וסרח בת אשר, ויש אומרים אף רבי יהושע בן לוי" [http://www.daat.ac.il/daat/toshba/zuta/1-2.htm מסכת דרך ארץ זוטא], אין וועבזייטל "דעת"}} אזוי אויך איז געזאגט געווארן אויף אים אין מדרש אז זיין געוועלטיגן אויף זיין יצר איז געווען אזוי גרויס ווי ביי אברהם{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נט|ח}}.}}. | לויטן מדרש וואס ווייזט אז חסידי אומות העולם האבן א חלק אין גן עדן איז אליעזר געווען פון די איינציגסטע וואס זענען אריין לעבעדיגערהייט אין [[גן עדן]]{{הערה|"תשעה נכנסו בחייהם בגן עדן, ואלו הן: חנוך בן ירד, ואליהו ומשיח, ואליעזר עבד אברהם, וחירם מלך צור, ועבד מלך הכושי, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, ובתיה בת פרעה, וסרח בת אשר, ויש אומרים אף רבי יהושע בן לוי" [http://www.daat.ac.il/daat/toshba/zuta/1-2.htm מסכת דרך ארץ זוטא], אין וועבזייטל "דעת"|שם=גן-עדן}} אזוי אויך איז געזאגט געווארן אויף אים אין מדרש אז זיין געוועלטיגן אויף זיין יצר איז געווען אזוי גרויס ווי ביי אברהם{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נט|ח}}.}}. | ||
{{ציטוטון|אליעזר עבד אברהם זקן ויושב בישיבה היה שנאמר (בראשית כד, ב) ויאמר אברהם אל עבדו זקן ביתו המושל בכל אשר לו אר"א שמושל בתורת רבו (בראשית טו, ב) הוא דמשק אליעזר א"ר אלעזר שדולה ומשקה מתורתו של רבו לאחרים}}{{ביאור|אליעזר עבד אברהם איז געווען א זקן ויושב בישיבה ווי עס שטייט "ויאמר אברהם אל עבדו '''זקן ביתו''' המושל בכל אשר לו" - אז ער איז שולט אין די תורה פון זיין האר. אזוי אויך שטייט "הוא דמשק אליעזר" - אז ער שעפט און לערנט פאר אנדערע פון זיין רבינס תורה.}}{{הערה|{{בבלי|יומא|כח|ב}}}}. | {{ציטוטון|אליעזר עבד אברהם זקן ויושב בישיבה היה שנאמר (בראשית כד, ב) ויאמר אברהם אל עבדו זקן ביתו המושל בכל אשר לו אר"א שמושל בתורת רבו (בראשית טו, ב) הוא דמשק אליעזר א"ר אלעזר שדולה ומשקה מתורתו של רבו לאחרים}}{{ביאור|אליעזר עבד אברהם איז געווען א זקן ויושב בישיבה ווי עס שטייט "ויאמר אברהם אל עבדו '''זקן ביתו''' המושל בכל אשר לו" - אז ער איז שולט אין די תורה פון זיין האר. אזוי אויך שטייט "הוא דמשק אליעזר" - אז ער שעפט און לערנט פאר אנדערע פון זיין רבינס תורה.}}{{הערה|{{בבלי|יומא|כח|ב}}}}. |
רעוויזיע פון 10:06, 9 נאוועמבער 2023
אֱלִיעֶזֶר, אויך גערופן דַּמֶּשֶׂק אֱלִיעֶזֶר, איז געווען דער קנעכט פון אברהם אבינו.
אליעזר ווערט דערמאנט ביים נאמען נאר איינמאל אין די תורה, פאר ברית בין הבתרים[1], אבער חז"ל באצייכענען אז ער איז דער קנעכט וואס ווערט דערמאנט אין בראשית כד, וואס רעדט וועגן דאס זוכן א כלה פאר יצחק, דער זון פון אברהם. פארשידענע מדרשים פון חז"ל פארברייטערן איבער זיין לעבן און שאפן.
אידענטיטעט און פערזענליכקייט
פארשידענע דעות זענען פארהאן אין די מדרשים איבער זיין אידענטיטעט. אין פרקי דרבי אליעזר[2] שטייט אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון נמרוד נאכן ווערן געראטעוועט פון אור כשדים, און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, ”ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא עוג מלך הבשן”. די דעה ווערט אויך דערמאנט אין ילקוט שמעוני[3].
די בעלי התוספות[4] האבן זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד אין חז"ל ווערט געברענגט אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן[5], דאקעגן עוג מלך הבשן איז אומגעברענגט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון בשן (אזוי ווי פרעה אין מצרים), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט אומגעברענגט[א]. אנדערע ווייזן אבער אויף אז דאס איז א מחלוקת צווישן מדרשים, און לויט איין דעה איז אליעזר זעלבסט געווען דער עוג וועמען משה האט אומגעברענגט און ער איז נישט אריין אין גן עדן[8]. לויט דער אר"י, זענען אליעזר און עוג געקומען פון די זעלבע שורש נשמה, אליעזר פון די גוטע זייט און עוג פון די שלעכטע[9].
אין תרגום יונתן[10] שרייבט ער: אליעזר בר נמרוד, דאס מיינט "אליעזר זון פון נמרוד". אויך דער ילקוט שמעוני[11] שרייבט: "הוא אליעזר בן נמרוד".
אין מדרש רבה שטייט געשריבן אז ער איז כנען, וואס נח האט אים געשאלטן צו זיין א קנעכט[12]. דער מדרש לייגט צו אז דורכן זיין דער קנעכט פון אברהם, איז ער ארויס פון די קללה פון נח. לויט די מדרש, דורכאויס זיין שליחות צו געפינען א כלה פאר יצחק, האט ער געגלוסט אז יצחק זאל הייראטן זיין טאכטער און ער האט מרמז געווען פאר אברהם דערויף, אבער אברהם האט דאס אפגעווארפן וועגן די קללה פון נח[13].
אין תלמוד בבלי[14] ווערט דערציילט אז אליעזר האט באזוכט אין סדום און האט באוויזן מיט גרויס כיטערישקייט זיך צו ראטעווען פון זייערע פארדארבענע געזעצן, און דאס אפילו אויסנוצן פאר זיינעט וועגן.
זיין גרויסקייט
לויטן מדרש וואס ווייזט אז חסידי אומות העולם האבן א חלק אין גן עדן איז אליעזר געווען פון די איינציגסטע וואס זענען אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן[5] אזוי אויך איז געזאגט געווארן אויף אים אין מדרש אז זיין געוועלטיגן אויף זיין יצר איז געווען אזוי גרויס ווי ביי אברהם[15].
”אליעזר עבד אברהם זקן ויושב בישיבה היה שנאמר (בראשית כד, ב) ויאמר אברהם אל עבדו זקן ביתו המושל בכל אשר לו אר"א שמושל בתורת רבו (בראשית טו, ב) הוא דמשק אליעזר א"ר אלעזר שדולה ומשקה מתורתו של רבו לאחרים”[ב][16].
לויטן אר"י[17] איז מגולגל געווארן די נשמה פון אליעזר אין כלב בן יפונה.
זיין באטייליגונג אין די מלחמה פון די פיר קעניגן
ווען אברהם איז ארויס צו ראטעווען לוט ביי די מלחמת המלכים, שטייט געשריבן ”"וַיָּרֶק אֶת חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ שְׁמֹנָה עָשָׂר וּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת"”[ג][18]. דער מדרש ברענגט די דעה פון בר קפרא איז דאס מיינט אליעזר אליינס, וואס זיין נאמען איז בגימטריה: 318[20].
זיין באטייליגונג אין דער רייזע צו עקידת יצחק
ווען אברהם אבינו איז געגאנגען מיט יצחק זיין זון צו די עקידה, שטייט געשריבן ”"וַיִּקַּח אֶת שְׁנֵי נְעָרָיו אִתּוֹ"”[ד][21], און חז"ל האבן ערקלערט אז[22] דאס מיינט מען אליעזר דער קנעכט פון אברהם, און ישמעאל זון פון אברהם.
ביים געפונען א כלה פאר יצחק
אליעזר, וואס ווערט נישט דערמאנט מיט זיין נאמען, נאר ווערט באטיטלט דורכאויס די גאנצע מעשה "עבד אברהם"-קנעכט פון אברהם, איז געשיקט געווארן דורך אברהם צו זיין פאמיליע אין חרן כדי צו געפונען א ווייב פאר יצחק, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז זיין זון זאל הייראטן א כנענישע מויד.
אליעזר האט מיטגענומען אסאך מתנות, צירונגען און זילבערנע און גאלדנע כלים. ער איז ארויס קיין ארם נהריים און איז אנגעקומען צו חרן, דארט האט ער געזוכט א פלאץ איבער צו נעכטיגן, עסן און טרינקען. אליעזר האט באשלאסן צו ווארטן נעבן ברונעם אינדערויסן פון שטאט, ווייל ער האט געוואלט זען ווער וועט זיין די וואס וועט אנטרונקען אים און זיינע קעמלען, און זי וועט זיין א געלונגענע שידוך פאר יצחק. נאך וואס ער האט געווארט א וויילע נעבן ברונעם איז צוגעקומען רבקה, די טאכטער פון בתואל, וואס האט צוגעשטימט אים צו העלפן מיטן שעפן וואסער און אנטרונקען די קעמלען, און אליעזר האט באשלאסן אז זי איז פאסיג צו זיין די ווייב פון יצחק. צו ארויס ווייזן זיין דאנק האט איר אליעזר געגעבן א ”נֶזֶם זָהָב, בֶּקַע מִשְׁקָלוֹ, וּשְׁנֵי צְמִידִים עַל יָדֶיהָ, עֲשָׂרָה זָהָב מִשְׁקָלָם”[ה][23] רבקה האט אים באקענט געמאכט ווער זי און איר פאמיליע זענען און האט אים איינגעלאדנט צו נעכטיגן ביי זייער הויז.
רבקה האט זיך געאיילט זיך צוריק צוקערן צו איר הויז און אינפארמירן איר פאמיליע וועגן דעם גאסט. ווען איר ברודער לבן האט געזען די גאלד וואס זי האט געברענגט איז ער ארויס געפינען אליעזר און אים באגלייטן צו זייער הויז. אליעזר האט פארציילט פאר די הויזגעזונד פון רבקה וועגן די ציל פון זיין קומען און וועגן זיין האר און האט געבעטן צו נעמען רבקה פאר יצחק. די הויזגעזונד פון רבקה האבן איינגעשטימט איר צו געבן אלס ווייב פאר יצחק מיטן באדינג אז די מיידל זאל איינשטימען: ”וַיֹּאמְרוּ, נִקְרָא לַנַּעֲרָ, וְנִשְׁאֲלָה אֶת פִּיהָ. וַיִּקְרְאוּ לְרִבְקָה וַיֹאמְרוּ אֵלֶיהָ, הֲתֵלְכִי עִם-הָאִישׁ הַזֶּה? וַתֹּאמֶר, אֵלֵךְ”[ו]. אז רבקה האט איינגעשטימט צו הייראטן יצחק, איז זי ארויס אין וועג מיט אליעזר און איר זייגערינע. פאר איר גיין, האבן איר די הויזגעזונד געבענטשט: ”אֲחֹתֵנוּ, אַתְּ הֲיִי לְאַלְפֵי רְבָבָה, וְיִירַשׁ זַרְעֵךְ אֵת שַׁעַר שֹׂנְאָיו”[ז].
ווען זיי זענען אנגעקומען צו די וואוינארט פון אברהם און זיין פאמיליע, האט יצחק באמערקט די שיירה זיך דערנענטערן. רבקה האט געקוקט אויף אים און איז אראפגעפאלן פונעם קעמל. אליעזר האט איר באוויזן אז דאס אז דער זון פון זיין האר, און פאר אים האט ער דערציילט אלעס וואס איז מיט זיי געווען, און יצחק האט געהייראט רבקה.
”אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יונתן שלשה שאלו שלא כהוגן לשנים השיבוהו כהוגן לאחד השיבוהו שלא כהוגן ואלו הן אליעזר עבד אברהם ושאול בן קיש ויפתח הגלעדי אליעזר עבד אברהם דכתיב והיה הנערה אשר אמר אליה הטי נא כדך וגו' יכול אפילו חיגרת אפילו סומא השיבו כהוגן ונזדמנה לו רבקה.”[ח][24].
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער אליעזר עבד אברהם אויף וויקיקאמאנס
- לוי מנדלזון, אליעזר עבד אברהם: גם תלמיד חכם - גם מנהל משק, וועבזייטל בית חב"ד
- הרב אהרן לוי, מה אפשר ללמוד מאליעזר עבד אברהם, וועבזייטל הידברות
טייטש
- ↑ די בעלי התוספות ברענגען נישט די ווערטער "שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא", וואס לויט די גירסא מוז מען זאגן אז אליעזר זעלבסט איז געווען א רשע און איז נישט אריין אין גן עדן[6]. אדער גייט עס אויף די אפשטאמיגע פון אליעזר, אז זיי האבן זוכה געווען צו די מלוכה איבער בשן כדי דערמיט אפצוצאלן דעם זכות פון אליעזר[7]
- ↑ אליעזר עבד אברהם איז געווען א זקן ויושב בישיבה ווי עס שטייט "ויאמר אברהם אל עבדו זקן ביתו המושל בכל אשר לו" - אז ער איז שולט אין די תורה פון זיין האר. אזוי אויך שטייט "הוא דמשק אליעזר" - אז ער שעפט און לערנט פאר אנדערע פון זיין רבינס תורה.
- ↑ און ער האט אנגטון מיט געווער זיינע תלמידים פון זיין היים, 318 מענטשן.
- ↑ און ער האט גענומען זיינע צוויי יונגען מיט אים.
- ↑ א גאלדענעם נאזבאנד וואס וועגט א בקע, און צוויי מעניעס אויף אירע הענט, וואס וועגט צען שטיק גאלד.
- ↑ און זיי האבן געזאגט, לאמיר רופן די מיידל, און איר פרעגן וואס זי זאגט. און זיי האבן גערופן רבקה און געזאגט צו איר, צו וועסטו גיין מיט דעם מענטש? און זי האט געזאגט, איך וועל גיין.
- ↑ אונזער שוועסטער, דו זאלסט זיין אויף צענדליגע טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן אייננעמען די טויער פון זיינע פיינט.
- ↑ דריי האבן געבעטן נישט צו דער זאך, צוויי האט מען גענטפערט צו דער זאך, און איינעם נישט: אליעזר עבד אברהם און שאול בן קיש און יפתח הגלעדי. אליעזר עבד אברהם ווי עס שטייט "והיה הנערה אשר אמר אליה הטי נא כדך וגו'" וואלט מען געקענט מיינען אז ער בעט אפילו אויב די מיידל איז הינקעדיג אדער בלינד, אבער מען האט אים געענטפערט צו דער זאך און געשיקט רבקה.
רעפערענצן
- ↑ בראשית טו, ב
- ↑ פרק טז
- ↑ פרשת חוקת, רמז תשסה. זעט אויך תנא דבי אליהו זוטא, פרק כד, אז עוג מלך הבשן האט באדינט אברהם.
- ↑ דעת זקנים, פרשת חיי שרה
- ↑ 5.0 5.1 "תשעה נכנסו בחייהם בגן עדן, ואלו הן: חנוך בן ירד, ואליהו ומשיח, ואליעזר עבד אברהם, וחירם מלך צור, ועבד מלך הכושי, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, ובתיה בת פרעה, וסרח בת אשר, ויש אומרים אף רבי יהושע בן לוי" מסכת דרך ארץ זוטא, אין וועבזייטל "דעת"
- ↑ ילקוט הפלאות, אליעזר עבד אברהם א
- ↑ פירוש עין טוב, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז
- ↑ פירוש הרד"ל, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז
- ↑ עץ חיים, שער מ"ט פרק ט'
- ↑ בראשית יד, יד
- ↑ פרשת חיי שרה רמז קט
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ז', ויקרא רבה, פרשה י"ז, פסקה ה'.
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה ט'.
- ↑ מסכת סנהדרין דף ק"ט, עמוד ב'.
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה ח'.
- ↑ יומא כח, ב
- ↑ שער הפסוקים פרשת חיי שרה
- ↑ בראשית יד, יד.
- ↑ בראשית יד, יד
- ↑ בראשית רבה, פרשה מ"ג, פסקה ב'. אבער אין סוכה לא, א ווייזט אויס אז אברהם האט יא געהאט 318 קנעכט. זעט אויך אין רבנו בחיי[19] וואס טייטשט אז אברהם האט טאקע פארמאגט 318 קנעכט, נאר אלס די דין פון "איש הירא ורך הלבב" (דברים כ, ח) איז ער למעשה ארויס קעמפן נאר מיט אליעזר.
- ↑ בראשית כב, ג.
- ↑ מדרש זוטא קהלת, פרשה ט.
- ↑ בראשית כד, כב
- ↑ תענית ד, א
קאטעגאריע:אישים בספר בראשית קאטעגאריע:אברהם קאטעגאריע:צדיקים שנכנסו בחייהם לגן עדן קאטעגאריע:עבדים קאטעגאריע:אישים בפרשת חיי שרה
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער