אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערב ראש השנה"
ק (←אין הלכה: הגהה) |
ק (←מנהגי ישראל: הגהה אנהייב) |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
==מנהגי ישראל== | ==מנהגי ישראל== | ||
*מען שטייט | *מען שטייט אויף פרי צו זאגן [[סליחות]] און מען איז זיך מעורר צו תשובה{{הערה|[[חיי אדם]] סימן קלח,ה}}, די [[אשכנזים]] פירן זיך צו פארמערן מיט סליחות און [[פיוטים]], וואס דער צענטראלער פון זיי איז "[[זכור ברית אברהם]]" וואס [[רבינו גרשום מאור הגולה]] האט מחבר געווען. | ||
*מען מאכט [[התרת נדרים]] | *מען מאכט [[התרת נדרים]] מיט דריי מענטשן, כדי צו אריינגיין אין ראש השנה אן קיין עבירה פון [[נדר]]ים{{הערה|[[של"ה]] מסכת יומא; [[חיי אדם]] כלל קלח, ח.}}. | ||
*מען זאגט נישט [[תחנון]] ביי [[שחרית]] אזוי ווי יעדע ערב יום טוב, אבער סליחות | *מען זאגט נישט [[תחנון]] ביי [[שחרית]], אזוי ווי יעדע ערב יום טוב, אבער ביי סליחות זאגט מען עס יא, אפילו נאך דער [[עלות השחר]]{{הערה|{{שוע|אורח חיים|תקפא|ג}} און [[משנה ברורה]] סעיף קטן כ"ג}}. | ||
* | *די קהילות וועלכע בלאזן [[שופר]] אין גאנץ חודש [[אלול]], בלאזן אבער נישט אין ערב ראש השנה{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תקפא|ג|מפרש=רמ"א}}}}, כדי צו מאכן א הפסק צווישן די תקיעות וואס זענען נאר א מנהג צו די תקיעות פון ראש השנה וואס זענען מדאורייתא{{הערה|[[מגן אברהם]] תקפא, יד לויט דער [[לבוש]]. אין מטה משה ווערט געברענגט אן אנדער טעם פון דער [[מהרי"ל]], הלכות ימים הנוראים, אז דאס איז כדי צו פארטומלען דער [[שטן]] ער זאל מיינען אז דער יום הדין איז שוין אריבער.}}. א בעל תוקע מעג זיך אבער איבן די תקיעות אין א פארמאכטער צימער{{הערה|{{משנה ברורה|תקפא|כד}} בשם דער [[אליה רבה]]}}. | ||
*מען שערט זיך אפ די האר און מען טוט זיך אן מיט שיינע קליידער, כדי צו וויזן אז אונז גלויבן אין אויבערשטער אז ער וועט אונז דן זיין אויף גוט{{הערה|{{ירושלמי|ראש השנה|א|ג}} {{שלחן ערוך|אורח חיים|תקפא|ד}}}}. | *מען שערט זיך אפ די האר און מען טוט זיך אן מיט שיינע קליידער, כדי צו וויזן אז אונז גלויבן אין אויבערשטער אז ער וועט אונז דן זיין אויף גוט{{הערה|{{ירושלמי|ראש השנה|א|ג}} {{שלחן ערוך|אורח חיים|תקפא|ד}}}}. | ||
*עס איז דא וואס פירן זיך צו זאך טויבלען אין [[מקווה]]{{הערה|דער רמ"א אין {{שולחן ערוך|אורח חיים|תקפא|ד}}.}}. | *עס איז דא וואס פירן זיך צו זאך טויבלען אין [[מקווה]]{{הערה|דער רמ"א אין {{שולחן ערוך|אורח חיים|תקפא|ד}}.}}. |
רעוויזיע פון 05:18, 18 סעפטעמבער 2023
אין ערב ראש השנה, וואס פאלט אויס אין כ"ט אלול, פירט מען זיך עטליכע מנהגים געבינדן מיט דער יום טוב וואס קומט גלייך דערנאך, ראש השנה (חוץ פון די אלגעמיינע מנהגים פון ערב יום טוב).
לויט דער כלל פון לא אד"ו ראש, קען ערב ראש השנה נישט אויסקומען אין די טעג שבת, דינסטאג און דאנערשטאג, נאר אין די טעג זונטאג, מאנטאג, מיטוואך און פרייטאג[1] .
קביעות פון יאר | טאג | פרשת השבוע |
---|---|---|
בשז גכז הכז |
זונטאג | וילך |
החא השא זחא |
מאנטאג | וילך |
בחג השג זחג זשג |
מיטוואך | האזינו |
בחה בשה גכה זשה |
פרייטאג | האזינו |
אין הלכה
אין דעם טאג פירט מען זיך צו שעכטן אסאך בהמות און פארקויפן פלייש לכבוד יום טוב. חז"ל האבן דעריבער מתקן געווען אז איינער וואס קויפט א טייל פון א בהמה קען דאס קונה זיין מיט קנין כסף, אזוי ווי עס איז דער עיקר דין תורה, און מען דארף נישט מאכן קנין משיכה ווי אין אנדערע טעג פון יאר. ווען מען פארקויפט א בהמה, און מען האט שוין פארקויפט אין דעם טאג אויך די מאמע אדער דאס קינד פון די בהמה, דארף מען מעלדן דעם קונה דערוועגן, ווייל געוויס וועלן ביידע בהמות גע'שחט'ן ווערן אין זעלבן טאג און ער וועט נכשל ווערן אין איסור אותו ואת בנו[2].
ביי א שמיטה יאר, ווערט נשמט אלע חובות אין די לעצטע סעקונדע פון דעם טאג[3]. אויב דער מלוה וויל נישט אז די חובות זאלן פארפאלן גיין, דארף ער מאכן א פרוזבול אין דעם טאג אדער פריער[4].
מנהגי ישראל
- מען שטייט אויף פרי צו זאגן סליחות און מען איז זיך מעורר צו תשובה[5], די אשכנזים פירן זיך צו פארמערן מיט סליחות און פיוטים, וואס דער צענטראלער פון זיי איז "זכור ברית אברהם" וואס רבינו גרשום מאור הגולה האט מחבר געווען.
- מען מאכט התרת נדרים מיט דריי מענטשן, כדי צו אריינגיין אין ראש השנה אן קיין עבירה פון נדרים[6].
- מען זאגט נישט תחנון ביי שחרית, אזוי ווי יעדע ערב יום טוב, אבער ביי סליחות זאגט מען עס יא, אפילו נאך דער עלות השחר[7].
- די קהילות וועלכע בלאזן שופר אין גאנץ חודש אלול, בלאזן אבער נישט אין ערב ראש השנה[8], כדי צו מאכן א הפסק צווישן די תקיעות וואס זענען נאר א מנהג צו די תקיעות פון ראש השנה וואס זענען מדאורייתא[9]. א בעל תוקע מעג זיך אבער איבן די תקיעות אין א פארמאכטער צימער[10].
- מען שערט זיך אפ די האר און מען טוט זיך אן מיט שיינע קליידער, כדי צו וויזן אז אונז גלויבן אין אויבערשטער אז ער וועט אונז דן זיין אויף גוט[11].
- עס איז דא וואס פירן זיך צו זאך טויבלען אין מקווה[12].
- עס איז דא וואס פירן זיך צו פאסטן ביז חצות היום[13], לויט דער מדרש אז די חשובע פאסטן און דער אויבערשטער איז מוחל א שליש פון די עבירות[14]. אבער עס איז דא ראשונים וואס האבן געשריבן זאל מען נישט פאסטן וויל עס איז חוקות הגוים וואס פאסטן פאר זייערע חגאות[15], און דערפאר איז דא וואס האבן געשריבן צו אופשטיין פאר עלות השחר און עסן[16].
- עס איז דא וואס פירן זיך צו גיין צו קברי צדיקים[17] כדי צו בעטן רחמים אין זייער זכות[18].
- מען דארף אנצינדן א ליכט וואס בברענט לפחות 26 שעה כדי צו קענען אנצינדן ליכט ביים צווייטן נאכט פון ראש השנה.
רעפערענצן
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ז', הלכה א', שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף א'
- ↑ חולין פג, א, שולחן ערוך, חושן משפט, סימן קצ"ט, סעיף ג'
- ↑ דברים טו, א
- ↑ תוספתא שביעית פרק ח הלכה י, שולחן ערוך, חושן משפט, סימן ס"ז, סעיף ל'
- ↑ חיי אדם סימן קלח,ה
- ↑ של"ה מסכת יומא; חיי אדם כלל קלח, ח.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ג' און משנה ברורה סעיף קטן כ"ג
- ↑ רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ג'
- ↑ מגן אברהם תקפא, יד לויט דער לבוש. אין מטה משה ווערט געברענגט אן אנדער טעם פון דער מהרי"ל, הלכות ימים הנוראים, אז דאס איז כדי צו פארטומלען דער שטן ער זאל מיינען אז דער יום הדין איז שוין אריבער.
- ↑ משנה ברורה, סימן תקפ"א, סעיף קטן כ"ד בשם דער אליה רבה
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ג' שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ד'
- ↑ דער רמ"א אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ד'.
- ↑ מנהג אשכנז עס איז געברענגט אין טור און אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ב'
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל', מדרש תנחומא פרשת אמור פיסקא כב און פסיקתא פיסקא כז, לויט גי גירסא פון דער ראבי"ה חלק ב סימן תקכט, און זעט אויך אין ספר האגור סימן תתקכ
- ↑ הגהות מימוניות, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק א', הלכה א'.
- ↑ המפה, אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ב'.
- ↑ דער רמ"א אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ד', קיצור שולחן ערוך, סימן קכח, סעיף דיני חודש אלול, סעיף יג
- ↑ משנה ברורה