אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כסלו"
(פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 16: | שורה 16: | ||
די פאלאשן רופן דעם חודש 'כיסלו'. | די פאלאשן רופן דעם חודש 'כיסלו'. | ||
== סימבאלן און אייגנשאפטן == | |||
דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל קשת]]{{הערה|שם=יצירה|[[ספר יצירה]] [https://www.sefaria.org.il/Otzar_Midrashim%2C_Sefer_Yetzirah.5.16 פרק ה' משנה ט"ו]}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז [[מזל גדי]] דער מזל פון חודש כסלו. | |||
לויט דער [[זוהר]], איז חודש כסלו קעגן [[שבט דן]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט בנימין]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; {{היברובוקס|רבי יוסף ג’יקטיליה|שערי אורה|20243|סוף שער ה'|עמוד=135}}; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר}}, אדער קעגן [[שבט גד]]{{הערה|רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, [https://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?mishibbur=939001&page=4 קידוש ירחים לחודש כסלו]; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער נקנור}}, אדער קעגן [[שבט זבולון]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בן עזריאל|ערוגת הבושם|20833|חלק א' עמוד 289|עמוד=308}}}}, אדער קעגן [[שבט לוי]]{{הערה|יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'}}, אדער קעגן [[שבט אשר]]{{הערה|רסיסי לילה אות ל"ט}}, אדער קעגן [[שבט מנשה]]{{הערה|ויקח משה, נאך פרשת ויחי}}. | |||
חודש כסלו איז קעגן דעם אות [[ס]]{{הערה|שם=יצירה}}. | |||
דער צירוף פון [[שם הוי"ה]] אין דעם חודש איז ויה"ה{{הערה|[[אר"י]], פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'}}, וואס גייט ארויס פון פסוק {{ציטוטון|'''וַ'''יַּרְא '''י'''וֹשֵׁב '''הָ'''אָרֶץ '''הַ'''כְּנַעֲנִי}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|נ|יא}}ִ}}. | |||
דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "זרע", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "חורף", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב}}}} {{ציטוטון|זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ}}{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|קו|ב}}}}. | |||
==נאטיצן== | ==נאטיצן== |
רעוויזיע פון 12:09, 4 יולי 2023
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כסלו איז דער דריטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניינטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש כסלו פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן נאוועמבער-דעצעמבער אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, ביי די ענדע פון סעזאן פון הערבסט אין דעם צפון האלבקיילעך און פון פרילינג אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש סיון אין צפון האלבקיילעך).
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז כסלו רוב מאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[א], און צומאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[ב][1]. דער פאריגער חודש איז רוב מאל א חודש חסר און צומאל א חודש מלא; ראש חודש כסלו באשטייט דעריבער אמאל פון איין טאג, א' כסלו, און אמאל פון צוויי, מיט ל' חשוון[1]. חודש כסלו קען זיך אנהייבן אין יעדן טאג פון וואך חוץ פון שבת[2].
אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש כסלו, מען זאל וויסן ווען עס הייבט זיך אן חנוכה[3].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש התשיעי"[4]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "כסלו" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש Kislīmu מיט א אומקלארע באדייט[5]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[6], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”בְּאַרְבָּעָה לַחֹדֶשׁ הַתְּשִׁעִי בְּכִסְלֵו”[7].
צווישן אנדערע פארשלאגן פאר די עטימאלאגיע פון דעם נאמען, ווערט שפעקולירט אז עס נעמט זיך פון דער טערמין פאר דיק און פעט, ווייל די פעלדער ווערן באגאסן מיט רעגן[8], אדער באדייט עס האפענונג, ווייל אין די צייט קוקט מען ארויס פאר רעגן[8]. אנדערע צייגן אן אויף "כסיל", א שטערן גרופע וואס שיינט בעיקר אין דעם חודש.
די פאלאשן רופן דעם חודש 'כיסלו'.
סימבאלן און אייגנשאפטן
דער מזל פון דעם חודש איז מזל קשת[9], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ג]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל גדי דער מזל פון חודש כסלו.
לויט דער זוהר, איז חודש כסלו קעגן שבט דן[11]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט בנימין[12], אדער קעגן שבט גד[13], אדער קעגן שבט זבולון[14], אדער קעגן שבט לוי[15], אדער קעגן שבט אשר[16], אדער קעגן שבט מנשה[17].
חודש כסלו איז קעגן דעם אות ס[9].
דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז ויה"ה[18], וואס גייט ארויס פון פסוק ”וַיַּרְא יוֹשֵׁב הָאָרֶץ הַכְּנַעֲנִי”[19].
דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "זרע", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "חורף", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק[20] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[21].
נאטיצן
- ↑ אין א "שנה שלמה" און אין א "שנה כסדרה", וועלכע באטרעפן צוזאמען ארום 74.5% פון אלע יארן.
- ↑ אין א "שנה חסרה", ארום 25.5% פון אלע יארן.
- ↑ די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[10].
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ו'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ ראש השנה יח, א
- ↑ ירמיהו לו, ט
- ↑ W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
- ↑ זכריה ז, א. עס ווערט אויך דערמאנט א צווייטע מאל אין נחמיה א, א
- ↑ 8.0 8.1 ירעם נתניהו, ואלה שמותם אויף מט"ח
- ↑ 9.0 9.1 ספר יצירה פרק ה' משנה ט"ו
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'
- ↑ ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר - ↑ רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, קידוש ירחים לחודש כסלו; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער נקנור
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289 - ↑ יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
- ↑ רסיסי לילה אות ל"ט
- ↑ ויקח משה, נאך פרשת ויחי
- ↑ אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
- ↑ בראשית נ, יאִ
- ↑ בראשית ח, כב
- ↑ בבא מציעא קו, ב
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|