אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד טווערסקי (שיכון סקווירא)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
ק (רבי פייפלינקס)
שורה 56: שורה 56:
# [[רבי הערשעלע סקווערער]]
# [[רבי הערשעלע סקווערער]]
# [[רבי יצחק טווערסקי]] פון סקווירא (איידעם פון רבי הערשעלע)
# [[רבי יצחק טווערסקי]] פון סקווירא (איידעם פון רבי הערשעלע)
# [[רבי דוד טווערסקי פון סקווירא (א)|דוד פון סקווירא]]
# [[רבי דוד טווערסקי פון סקווירא (א)|רבי דוד פון סקווירא]]
# [[רבי יעקב יוסף טווערסקי|יעקב יוסף]]
# [[רבי יעקב יוסף טווערסקי|יעקב יוסף]]
# רבי דוד טווערסקי
# רבי דוד טווערסקי

רעוויזיע פון 14:23, 5 מאי 2023

רבי דוד טווערסקי
געבורט כ"ו תשרי ה'תש"א
יאס, רומעניע Flag of Romania.svg רומעניע
טעטיגקייט אָרט שיכון סקווירא, ספרינג וועלי, ניו יארק
דינאסטיע סקווירא
קינדער אהרן מנחם מענדל טווערסקי
יצחק טווערסקי
הינדא טווערסקי
ציפורה גאלדמאן
סימא מירל האגער
יעקב יוסף טווערסקי
חיים מאיר טווערסקי
4'טער סקווירא'ער רבי
ניסן תשכ"ח

רבי דוד טווערסקי (געבוירן כ"ו תשרי תש"א; 28סטן אקטאבער 1940, יאס רומעניע) איז דער אדמו"ר פון די סקווערער חסידים און פון סקווערער שטעטל אין ניו יארק.

לעבנסגעשיכטע

רבי דוד איז געבוירן אין יאר תש"א, אין סאמע ברען פונעם צווייטע וועלט-מלחמה, אין דער שטאט יאס, רומעניע, אלס איינציגער זון צו זיין פאטער הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי און גרינדער פון שיכון סקווירא, וואס געפינט זיך אין ניו יארק, און צו זיין מוטער רביצין טראני טווערסקי, א טאכטער פון רבי פינחס טווערסקי פון אוסטילע), און אן אייניקל פון הרה"ק מהרי"ד פון בעלזא.

נאכן מלחמה אין יאר תש"ה איז ער צוזאמען מיט זיין משפחה (זיינע עלטערן און צוויי שוועסטער) אריבער קיין בוקארעשט, און אין יאר תש"ח האבן זיי עמיגרירט קיין ניו יארק אנקומענדיג כ"ט אדר א' תש"ח צו די פאראייניגטע שטאטן.

רבי דוד האָט חתונה געהאַט אין חמשה עשר באב תשי"ט אין קרית וויזשניץ בני ברק, מיט רביצין חיה חנה האגער, די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק רבי משה יהושע האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק, און פון רביצין לאה אסתר.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין יאר תשכ"ח, זייענדיג 28 יאר אלט, האט ער איבערגענומען די רביסטעווע כזקן ורגיל.

זיינע חסידים נעמען אן יעדעס ווארט וואס ער זאגט, און האלטן פון אים גאר שטארק. דער סקווערער רבי איז באקאנט אלס א פועל ישועות, וואו פילצאליגע אידן ווערן ערמוטיגט, אויפגעראכטן, און געהאלפן פון זיינע ברכות.

ספעציעל איז ער באקאנט אלס א גרויסער מבין אויף דאקטוירים און רפואה, און צוליב זיין באקאנטשאפט און וויסנשאפט אינעם מעדיצינישער געביט, קומט מען צו אים פון נאנט און ווייט, זיך דורכרעדן און באקומען גוטע בעראטונג.

דער רבי איז באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל. ווען טאג טעגליך שטראמען צו אים זיך פראווען מענער און פרויען, אפילו פון די שוואכסטע שטאפל, פון אלע קרייזן און סארטן, רייכע און ארימע, פרומע און רעליגיעז-שוואכערע, וועלכע ער נעמט אייביג אויף מיט א ליבער שמייכל. און דערפאר הייסט ער היינט פון די גרעסטע קוויטל פראווענער'ס, זייענדיג אפן פאר'ן ברייטער ציבור כמעט יעדן טאג - אכט שעה.

טראץ זיין צימליך הויכן עלטער, פארפעלט ער נישט צו פירן דריי טישן יעדן שבת, אן קיין תירוצים.

דער סקווערער רבי איז באוואוסט אז ער רירט זיך נישט אוועק פון וואס "דער טאטע" האט געטון. און טראץ זיין שוואכקייט און הויכן עלטער, האלט ער אן אלע מנהגים, תעניתים, וסיגופים פון זיין פאטער.

דער רבי איז אויך באוואוסט אלס איינער וואס פראבירט צו האלטן שלום אויף דער היימישער וועלט, און איינער וואס דערווייטערט זיך פון יעדן מחלוקת ווי פון א פייער, און ער איז קיינמאל נישט געווען פארוויקלט אין סיי וועלכער שטרייט. און אזוי האט ער אויך אויפגעצויגן זיינע קינדער וועלכע האלטן זיך אייביג באחדות, און שטיצן איינער דעם צווייטן מיט ליבשאפט און הויכער שאצונג, אן זיך אריינמישן אין סיי וועלכע קריגעריי צווישן אנדערע. צוליב דעם פאקט, איז ער אנגענומען ביי אלע ערליכע קרייזן און שיכטן פונעם חרדי'שן אידנטום אן אויסנאם.

אויך מיט אזעלכע באוועגונגען ווי ברעסלאַוו, וואס זיינע פריערדיגע עלטערן האבן זייער שארף גערעדט קעגן רבי נחמן מברסלב און זיין באוועגונג, וועט אבער דער רבי זיי חלילה נישט האסן, נאר קלארשטעלן אז זייער וועג איז נישט אנגענומען ביי אונז, אבער נישט אז ס'פארהאנען עפעס א פיינדשאפט ח"ו.

משפחה

ער איז דער נענטסטער אייניקל צום הייליגן בעל שם טוב, זייענדיג דער זיבעטער דור.

דער ייחוס איז: רבי ר' ישראל בעש"ט

  1. רבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב
  2. רבי אהרן טיטיעווער, זון פון רבי צבי הערש
  3. רבי הערשעלע סקווערער
  4. רבי יצחק טווערסקי פון סקווירא (איידעם פון רבי הערשעלע)
  5. רבי דוד פון סקווירא
  6. יעקב יוסף
  7. רבי דוד טווערסקי

דער סקווערער רבי און זיין רעביצין חיה חנה האבן פיר זין, און דריי טעכטער.

זיי זענען:[1]

משמשים בקודש

געוועזענע גבאים:

  • הרה"ח ר' ישעי' יואל אונגאר, א זון פונעם קאפאווארער רב הי"ד, און ברודער פונעם סקווערער דיין - הגאון ר' זלמן אונגאר.
  • הרה"ח ר' יושע פרידמאן, מזקני חסידי מהר"א מבעלזא, וואס האט אים געשיקט אלס באהעלפער און הויז-גבאי צום אלטן סקווערער רבין זצוק"ל.

היינטיגע גבאים:

  • הרה"ח ר' דוד בערגער, א זון פונעם לעגאנדארן עסקן און פייערדיגע חסיד - ר' חיים בערגער ע"ה, און איידים פונעם אלטן גבאי ר' יושע פרידמאן ע"ה.
  • הרה"ח ר' אהרן פרידמאן, דעם רבינס הויז-גבאי, אויפ'ן ארט פון זיין פאטער - דער אלטער גבאי ר' יושע פרידמאן ע"ה.
  • הרה"ח ר' אברהם ביינוש אייזנבערג, א זון פונעם מחנך ברוך אייזנבערג, און איידעם פון ר' שלום בער פישל - פון די מקורבים אין הויף.

תקנות ומנהגים

אין זיינע צייטן, ארבעט ער צו אוועקגעשטעלן פארשידענע מנהגים און תקנות פונעם שטעטל.

  • א פרוי אין שטעטל פירט נישט קיין אויטא. [אויסער דעם וואס עס איז בדיעבד אז א פרוי זאל זיצן אינעם פאדערשטן זיץ אין יעדן אויטא]
  • אלע פרויען וואס האבן חתונה געהאט אומגעפער זינט דאס יאר תשנ"ה, זענען נישט ערלויבט צוגיין אן אויפגעדעקטע שייטל, נאר עס מוז זיין פארדעקט כאטש רוב קאפ, מיט כאטשיג וואס.
  • אלע חסידים זאלן געהערן צו א 'חבורה', ווי מ'קומט זיך צוזאמען פון צייט צו צייט אויף התחזקות אין תורה וחסידות. [די חבורות זענען אומגעפער צווישן צען ביז דרייסיג חברים, צומאל ווערט עס געפירט דורך א ראש החבורה, צומאל בלויז דורך א גבאי החבורה, און עס ציילט זיך היינט שוין אן א צאל חבורות אינעם שטעטל און אין די סקווערע שטיבלעך איבער די וועלט]
  • מען זאל לערנען יעדן טאג כאטש א שעה ברבים, אין ביהמ"ד, און אויב עס איז אומעגליך, דאן כאטש א האלבע שעה. און יעדע שטיק צייט מאכט די "וועד חברי תורה ותפלה" א קונטרס מיט די אלע נעמען פון די וואס לערנען יעדן טאג, און זיי טראגן עס אריין צום רבי'ן, וואס דריקט זיך אייביג אויס איבער זיין גרויסע הנאה דערפון, און וואונטש אן.
  • ספרי חסידות יומי איז א לימוד וואס אלע סקווירא חסידים לערנען חסידישע ספרים טעגליך, פאר בערך צען מינוט.

די ספרים וואס מ'האט שוין געלערנט אין די מסגרת פון ספרי חסידות יומי: בת עין, מגן דוד, רב ייבי, מאור ושמש, אורח לחיים, מבשר צדק, תורי זהב, און מאור עינים.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. משפחה 823 (תשס"ח) עמ' 34
פריערדיגער:
רבי יעקב יוסף טווערסקי
דער סקווערער רבי
תשכ"ח -
נאָכפאלגער:
היינטיגער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!