אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם גרשון פון קיטוב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:אברהם גרשון מקיטוב)
שורה 49: שורה 49:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:אברהם גרשון מקיטוב]]

רעוויזיע פון 15:25, 20 אפריל 2023

הרב אברהם גרשון קיטאווער (נפ' כ"ה אדר ראשון תקכ"א), באקאנט אויך אלס הרב גרשון פון בראד, איז געבוירן מסתמא אין (אדער נישט ווייט פון) קיטוב אין פוילן (היינט אוקראינע) בערך אין יאר ה'תס"א, און נפטר געווארן אין ירושלים אין ה'תקכ"א. ער איז געווען א שוואגער פון בעל שם טוב.

משפחה

רבי אברהם גרשון איז געווען אן אייניקל פונעם ש"ך. אזוי ווי זיין פאטער הר"ר אפרים פון קיטוב, איז רבי אברהם גרשון געווען א דיין אין איינעם פון די פיר בתי דינים פון בראד. טאקע דארט האבן זיי באגעגנט דעם בעל שם טוב. לויטן ספר "שבחי הבעש"ט" האט זיין פאטער מסכים געווען אלס שכיב מרע אז דער בעל שם טוב זאל חתונה האבן מיט זיין (אפרים'ס) טאכטער חנה. רבי אברהם גרשון האט דאס אבער נישט געוואוסט ביז דער בעל שם טוב האט אים געוויזן די תנאים.

רבי אברהם גרשון איז געווארן זייער חשוב אין דער בראדער קהילה. א שטיק צייט איז ער געווען דער חזן. ער האט נישט געהאלטן פון זיין שוואגער וואס ער האט געהאלטן פאר אן עם הארץ. ס'איז גאנץ מעגליך אז ער איז געווען דער גורם פארוואס מ'האט פארטריבן דעם בעל שם טוב פון בראד ביז ער האט זיך באזעצט אין מעזשביזש. נאך דעם התגלות פונעם בעל שם טוב איז רבי אברהם גרשון געווארן פון זיין שוואגער'ס גרעסטע חסידים.

זיין זון ר' יקיר איז נפטר ו' כסלו ה'תקל"ט (און זיין אייניקל אברהם גרשון, נפטר י"ב אדר ה'תק"ע) און ליגט לעבן אים אויף הר הזיתים. נאך א זון, ר' חיים אהרן, איז נפטר כ"ג ניסן ה'תקל"ג און ליגט אין טבריה. זיינע אנדערע זין, קינדער פון זיין זיווג ראשון - משה, יצחק, אפרים פישל און רבי יהודה לייב דער מגיד פון לאדיזין - זענען געבליבן אין חו"ל.

רבנות

אין תק"ה האט רבי אברהם גרשון ארויסגעגעבן א פסק וועגן א שנור פון א גרויסן גביר אין שטאט וואס האט מזנה געווען. דער גביר איז געווען גוט מיטן פריץ און רבי אברהם גרשון איז געווען געדרוקט צו אנטלויפן פון בראד וואו מ'האט אים געסטראשעט מיט א גרויסן שטראף. ער האט געמאכט פליטה קיין מעזשביזש, דארטן האט דער בעל שם טוב אים איבערגעגעבן זיין איינציגן זון הירשל (צבי) מחנך צו זיין.

אין ה'תק"ז האט ער געוואנדערט קיין ירושלים. ער איז געווען פון די ערשטע חסידים וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל. ער איז געווארן שטארק מקורב צו די ספרדים בכלל און צו די מקובלים בפרט. זעקס יאר האט ער געוואוינט אין חברון. אין ה'תקי"ג האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים, דארט האט ער געלערנט אין דער ישיבת בית אל פון די מקובלים.

פטירה

אין כ"ה אדר א' ה'תקכ"א איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים קובר געווען אין הר הזיתים. נאך דער זעקט טעג מלחמה אין ה'תשכ"ז האט מען אנטפלעקט זיין קבר, ווי אויך דעם קבר פון זיין זיווג שני, בלומא.

תלמידים פון בעש"ט

רבי אברהם פאדלוסקער · רבי אברהם פון מעזשיבוזש · רבי אברהם אבא פון דוביסאר · רבי אברהם אבא פון לובלין · רבי אברהם אבא פון קריבוש · רבי אברהם גרשון פון קיטוב · רבי אברהם שמשון פון ראשקאוו · רבי אהרן פון מעזשיבוזש · רבי אהרן משרת · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אהרן פון קיטוב · רבי אליהו פון סאקאלובקי · רבי אליעזר פון טאמאשפאלי · רבי אלכסנדר סופר · רבי אריה לייב פון שפאלע · רבי בנימין פון זאלאשיץ · רבי ברוך פון מעזשיבוזש · רבי ברוך פון קאמינקא · רבי גרשון פון פאווליץ · רבי דוב בער פון זאסלאוו · רבי דוב בער פון מעזריטש · רבי דוד פון חאלאדאווקע · רבי דוד פון ליניץ · רבי דוד פון מיקאלייאוו · רבי דוד פון קאלאמייע · רבי דוד פון שאריגראד · רבי דוד היילפרין פון אוסטראה · רבי דוד לייקעס  · רבי דוד מגיד פון טולטשין · רבי דוד פירקוס · רבי זאב פון אליק · זאב וואלף קיצעס · רבי זעליג פון לאטושוב · רבי חיים פון קראסנא · רבי חיים מגיד פון ליניץ · רבי יהודה ליב פון פולנאה · רבי יואל פון פראטהור · רבי יואל פון נעמיראוו · רבי יודל פון טשודנוב · רבי יונה פון אוסטראה · רבי יונה פון פולוצק · רבי יונה פון קאמינקא · רבי יוסף פון דראהאביטש · רבי יוסף פון זורניץ · רבי יוסף פון קאמינקא · יוסף אשכנזי · רבי יוסף יואל פון סטעפאן · רבי יוסף יוזפא פון אוסטראה · רבי יוסף משה פון מעזשיבוזש · רבי יוסף מלמד פון חמעלניק · רבי יוסף ספראוועדליווער פון פיסטין · רבי יחיאל מיכל פון האראדנע · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · רבי יעקב פון האניפאלי · רבי יעקב פון מעזשיבוזש · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב יוסף פון פולנאה · רבי יעקב קאפל חסיד · רבי יצחק פון דראהאביטש · רבי יצחק פון מעזריטש · רבי יצחק דוב מרגליות פון יאזלאוויץ · רבי ישכר בער פון ליובאוויטש · רבי ישכר פון קישינאוו · רבי ישעיהו פון יאנאוו · רבי ישראל חריף פון סאטינאוו · רבי לייב שרה'ס · רבי לייב קעסלער · רבי ליפא פון חמעלניק · רוי:רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן · רבי מאיר מרגליות פון אוסטראה · רבי מנחם מענדל פון באר · רבי מנחם מענדל פון דוביסאר · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם מענדל פון פרימישלאן · רבי מנחם מענדל פון קאלאמייע · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי מרדכי פון זאסלאוו · רבי משה פון קיטוב · רבי משה פון שאטנאווע · רבי משה פון שדה חדש · רבי משה קעדס · רבי משה שהם פון דאלינא · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי נחמן פון האראדענקע · רבי נחמן פון קאסוב · רבי נטע פון אוורוטש · רבי ניסן כ"ץ פון דווארט · רבי פאלק פון טיטשלניק · פנחס שפירא פון קאריץ · רבי צבי חסיד פון זלאטשאוו · רבי צבי סופר · רבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב · רבי צבי הערש פון אוסטראה · רבי צבי הערש פון קאמינקא · רבי שמואל פון קאמינקא · רבי שבתי פון ראשקאוו ·

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!