אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי זאב וואלף פון זבאריזש"
(←אריינפיר: פארברייטערט איבער זיין נאמען) |
(←ביאגראפיע: פארברייטערט) |
||
שורה 66: | שורה 66: | ||
ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי אשר צבי פון פאגריוויטש, א זון פון רבי זאב ז"ק פון שארגאד צו וועמען דער [[בעל שם טוב]] איז געפארן מקיים צו זיין ביי אים די מצוה פון [[שימוש חכמים]]{{הערה|מאמר מרדכי בהקדמה}}, און האט געוואוינט אין [[זבאריזש]]. | ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי אשר צבי פון פאגריוויטש, א זון פון רבי זאב ז"ק פון שארגאד צו וועמען דער [[בעל שם טוב]] איז געפארן מקיים צו זיין ביי אים די מצוה פון [[שימוש חכמים]]{{הערה|מאמר מרדכי בהקדמה}}, און האט געוואוינט אין [[זבאריזש]]. | ||
ער איז געווען בארימט מיט זיין תמימות{{הערה|זיין פאטער האט געגעבן א רמז, אז זייענדיג דער דריטער פון פינף זון איז ער קעגן [[ספר ויקרא]] וואס האנדלט זיך וועגן [[קרבנות]], וואס ברויכן צו זיין 'תמימים'.}}, און מיט [[אהבת ישראל]] אפילו צו [[רשע]]ים גמורים{{הערה|סדר הדורות החדש כג:}}. | ער איז געווען בארימט מיט זיין תמימות{{הערה|זיין פאטער האט געגעבן א רמז, אז זייענדיג דער דריטער פון פינף זון איז ער קעגן [[ספר ויקרא]] וואס האנדלט זיך וועגן [[קרבנות]], וואס ברויכן צו זיין 'תמימים'. זעט דברי תורה מהדורא תשיעאה אות פ"א, אז דער בני יששכר האט געזאגט אז רבי וועלוועלע האט געהאט "חכמת שלמה", און נאר אזוי האט ער זיך געקענט ריכטיג פירן מיט תמימות}}, און מיט [[אהבת ישראל]] אפילו צו [[רשע]]ים גמורים{{הערה|סדר הדורות החדש כג:}}. | ||
== שלשלת החסידות == | == שלשלת החסידות == |
רעוויזיע פון 21:58, 22 מערץ 2023
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
ליידיגע פאראמעטער [ מקום לידה, חתימה, צאצאים, מקום פטירה, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ שם השושלת, מספר צאצאים, חיבוריו ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט | ~ה'תקל"א |
---|---|
פטירה | ג' ניסן ה'תקפ"ב (אלט: 51 בערך) |
כינוי | רבי זאב וואלף פון זבאריזש |
מדינה | אוקריינע |
וואוין אָרט | זבאריזש |
טעטיגקייט אָרט | זבאריזש |
השתייכות | חסידות |
תחומי עיסוק | אדמו"ר |
תלמידים | רבי צבי הירש פון זידיטשוב, רבי סענדער פון קאמארנא, רבי מנחם מענדיל פון קאסוב, זיין זון רבי חיים פון קאסוב, רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ, רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ, מיט זיין זון רבי אליעזר פון דזשיקוב |
|
רבי בנימין זאב וואלף פון זבאריזש[1] (-ג' ניסן ה'תקפ"ב) איז געווען אן אדמו"ר אין די פריערע דורות פון חסידות, דער דריטער זוהן פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.
ביאגראפיע
רבי וועלוועלע איז געבוירן ארום ה'תקל"א[מקור פארלאנגט] צו רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, א זון פון רבי יצחק פון דראהאביטש.
מען דערציילט אז אין זיין יוגנט איז ער געווען א ווילדער, און איידער ער איז געוואָרן בר מצוה האָט זיין טאַטע גענומען פון דעם סופר די בתים פון די תפילין איידער ער האָט אין זיי אַריינגעשטעלט די פרשיות, און געלאזט גיסן דערין טרערן דאווענענדיג אויף זיין זון[2].
ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי אשר צבי פון פאגריוויטש, א זון פון רבי זאב ז"ק פון שארגאד צו וועמען דער בעל שם טוב איז געפארן מקיים צו זיין ביי אים די מצוה פון שימוש חכמים[3], און האט געוואוינט אין זבאריזש.
ער איז געווען בארימט מיט זיין תמימות[4], און מיט אהבת ישראל אפילו צו רשעים גמורים[5].
שלשלת החסידות
רבי וועלוועלע זבאריזשער איז געווען א תלמיד פון דער חוזה פון לובלין, און רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו.
צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט רבי צבי הירש פון זידיטשוב און רבי סענדער פון קאמארנא. אויך זענען געפארן צו אים אסאך צדיקים, אריינגערעכנט רבי מנחם מענדיל פון קאסוב (מיט זיין זון רבי חיים פון קאסוב), רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ און רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ (מיט זיין זון רבי אליעזר פון דזשיקוב).
פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן די ספרים "רזין דאורייתא" און "תפארת צבי זאב".
זיינע קינדער
- הרב יחיאל מיכל, אוועק יונגערהייט.
- איידעם רבי שלמה אליעזר.
- איידעם הרב יצחק צבי מנחם אוירבאך פון לאטיטשאוו, זון פון רבי ישראל פון מעזשביזש, אן אייניקל פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה און רבי ברוך פון מעזשביזש.
- רבי בנימין זאב פון אוזריאן, איידעם פון רבי נחמן פון סקאליט.
- (געשאצט) רבי אהרן אריה פון אוזריאן.
- איידעם רבי מאיר פון יאסי.
- איידעם רבי חיים דוד פון נאזאן, אייניקל פון רבי ישראל פון רוזשין.
- (געשאצט) רבי אהרן אריה פון אוזריאן.
- רבי בנימין זאב פון אוזריאן, איידעם פון רבי נחמן פון סקאליט.
- איידעם רבי זושא פון לובלין[6].
דרויסנדע לינקס
- א באשרייבונג אין בלעטל עטרת שלום, קאמארנא-ארזי הבירה.
- דוד הלחמי, "רבי בנימין זאב מזברז'", חכמי ישראל, תל אביב תשי"ח, חלק א', עמ' רכ"ט, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- תורת המגיד מזלאטשוב, ארטיקל אויף הרה"ק רבי בנימין זאב מזבאריז זי"ע אויף אוצר החכמה זייטל, תולדות, זייט קלח-קסב (זען דעם בלאט איז באגרעניצט בלויז צו באַצאָלטע אַבאַנענטן).
- שער בלאט פון זיינע ספרים אויף די הספרייה הלאומית זייטל.
רעפערענצן
- ↑ אין זיין הסכמה אויף "יסוד יצחק", זאלקווא תק"ע, שרייבט ער זיך אונטער בנימין וואלף; ער ווערט אבער גערופן רבי זאב צבי אין ספר פון זיינע דברי תורה "רזין דאורייתא", און רבי צבי זאב אין ספר "תפארת צבי זאב"
- ↑ ספרן של צדיקים, מערכה י"ז אות ג'
- ↑ מאמר מרדכי בהקדמה
- ↑ זיין פאטער האט געגעבן א רמז, אז זייענדיג דער דריטער פון פינף זון איז ער קעגן ספר ויקרא וואס האנדלט זיך וועגן קרבנות, וואס ברויכן צו זיין 'תמימים'. זעט דברי תורה מהדורא תשיעאה אות פ"א, אז דער בני יששכר האט געזאגט אז רבי וועלוועלע האט געהאט "חכמת שלמה", און נאר אזוי האט ער זיך געקענט ריכטיג פירן מיט תמימות
- ↑ סדר הדורות החדש כג:
- ↑ זון פון רבי ישראל, זון פון דער חוזה פון לובלין.
קטגוריה:אדמו"רי בית זלוטשוב
קטגוריה:נפטרים ב-1822
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער