אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיר תקופות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{הערה|שם=" ב־"{{הערה|נאמען=")
שורה 28: שורה 28:
==תקופת שמואל==
==תקופת שמואל==
{{הויפט ארטיקל|תקופת שמואל}}
{{הויפט ארטיקל|תקופת שמואל}}
'''תקופת שמואל''' איז די שיטה פון דער אמורא שמואל אנבאלאנגט די לענג פון די פיר תקופות. דאס אנהייבן זאגן "ותן טל ומטר", און די צייט פון מאכן ברכת החמה ווענדן זיך ביידע אין תקופת שמואל. די שיטה איז געבויעט בעיקר אויף א מימרא פון שמואל אין מסכת עירובין, וואו עס איז מבואר איז א יאר 365 און 6 שעה, און יעדער פון די פיר תקופות איז 91 טעג און 7.5 שעה.
{{אויסצוג|באַניצער:שווערמער/ארטיקלען/תקופת שמואל|hat=n}}
 
די שיטה איז אפיציעל אומפונקטליך, ווייל עס איז בעיקר געמאכט פאר די המון עם וואס קען נישט דערהייבן שווערערע חשבונות; די סנהדרין האט געהאט א באזונדערע פונקטליכערע חשבון, "תקופת רב אדא", וואס מען האט נישט ארויס געגעבן פארן ברייטן המון. די חשבון אויסצורעכענען ווען א געוויסע תקופה וועט זיין ווערט געברענגט אין די ראשונים.
 
די שיטה נעמט אן אז די ערשטע תקופת ניסן וואס איז געווען מיטוואך אנהייב מעת לעת, דאס מיינט דינסטאג נאכט 6:00, און די מולד פון חודש ניסן איז געווען 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים שפעטער, מיטוואך פארטאגס. פארשידענע הסברים זענען געזאגט געווארן דערויף, און עס זענען דא ראשונים וואס האלטן אז דער שיטה גייט נאר לויט די דעה אז בתשרי נברא העולם, ווען די חילוק צווישן די תקופה און מולד איז געווען קלענער.
 
זייענדיג אנגענומען אויך ביי אנדערע פעלקער, איז תקופת שמואל גלייך צו די אסראנאטמישע באזיס צום יוליאנער קאלנעדער, אזוי אז די תקופת פאלן כמעט אלעמאל אויס אין די זעלבע יוליאנער דאטומען. דאס ווערט געניצט דורך די פוסקים אלץ א סימן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר".


==תקופת רב אדא==
==תקופת רב אדא==

רעוויזיע פון 03:25, 22 יאנואר 2023

א תקופה איז איינער פון די פיר צייטן איז יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, און עס ווערט אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז. די תקופה איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פון די אידישע לוח און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און ברכת החמה.

אין די גמרא און אין רמב"ם ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. אין גמרא ווערט געברענגט תקופת שמואל, און די ראשונים ברענגען אראפ אויך תקופת רב אדא, וואס שטאמט פון א ברייתא פון רב אדא בר אהבה היינט פארלוירן. די צוויי מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער די פראגע ווען דער ערשטע מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף.

די רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט די 'אמת'ע תקופה', און פארשידענע מחברים האבן אויסגעארבעט לויט די חשבונות דארטן די תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנעמער.

די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויעט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.

נעמען און הגדרה

די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"[1], א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח[2]. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צו די צייט אפשניט פון איין תקופה צום צווייטן, און עס הייסט אזוי ווי די תקופה וואס האט עס אנגעהויבן[3].

די שורש פון די ווארט "תקופה" איז מלשון הקפה – ארום קרייזן, און עס מיינט "צוריק קומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביים תקופה קומט נישט די זון צוריק צו אנהייב גאנג נאר ענדיקט בלויז א פערטל דערפון, הייסט עס א "תקופה" ווייל עס ענדיקט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אין די יאר[4].

תקופת ניסן איז ווען די זון דערגרייכט אנפאנג מזל טלה[א], תקופת תמוז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן, תקופת תשרי ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזניים, און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי[6]. אזוי אויך איז תקופת תשרי אינמיטן הערבסט און איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער; ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג; דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער; ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes)[4].

די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלץ די "תקופה האמיתית". טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופה האמצעית"[7].

די לענג פון די יאר לויט די וויסנשפאטליכער טוישט זיך אלס, און איז אין די 21'שטע יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס[8]. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט; זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלס לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלס קערצער[9].

הלכות, אגדתא און מנהגים

ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט זינט יאר ד'קי"ט, איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו הלאטן פסח נאך תקופת ניסן[10], און סוכות נאך תקופת תשרי[1]. לויט טייל ראשונים איז די 19 יאריגע מחזור פון עיבור יארן אויך געבויעט אויף די תקופה.

אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי[11], און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים[12]. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל[13].

עס איז דא אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה[14].

די גמרא פארציילט אז ווען אדם הראשון האט געזען די טעג ווערן אלס קלענער האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף פאר די חטא עץ הדעת. ער האט געפאסט אכט טעג ביז תקופת טבת, ווען די טעג האבן אנגעהויבן ווידער גרעסער ווערן, און האט דאן פארשטאנען אז די איז די שטייגער פון דער וועלט, און ער האט געמאכט אכט טעג א יום טוב. דער קומענדיגע יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גויים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע סטרנורא און קלנדא[15].

תקופת שמואל

Postscript-viewer-blue.svg תקופת שמואל

page-not-found


תקופת רב אדא

Postscript-viewer-blue.svg תקופת רב אדא

תקופת רב אדא איז די שיטה פון די אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט די לענג פו די יאר און די תקופה. לויט דעם שיטה זענען 19 זון-יארן גענוי 235 חדשים, און דערויף שטיצט זיך לויט טייל ראשונים אונזער סדר פון עיבור יארן. א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים.

דער רמב"ם זאגט אז דעם חשבון האבן די סנהדרין געניצט, און רבי אברהם בן חייא הנשיא זאגט אז עס מקובל הלכה למשה מסיני. דער תקופה איז פאררעכנט צו זיין פונקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט טייל ראשונים איז עס די אמת'ידע און פונקטליכע; אבער פילע ראשונים האלטן אז עס איז נישט דער גענויע חשבון, נאר בלויז א געוויסע דורכשניט. די חשבון איז זייער נאנט צום חשבון פון די גריכישע היפרכוס.

די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן, און מ'טרעפט עס די פריהסטע אין אן אראבישע חיבור פון יאר ד'תקפ"ד.

תקופת הרמב"ם

אין די צווייטע טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק יא און ווייטער) ברענגט די רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק יג איז געווידמעט פאר די זון'ס פאזיצע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישע קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס די יאר. דער רמב"ם געבט די טעגליכע דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס די "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער ווי אזוי עס צו פאררעכטן צו די "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די 'תקופה האמיתי'[16]. אבער די חשבון פון די תקופה איז פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסע פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און עס האט זיך פארלאנגט פון די מפרשי הרמב"ם אויסצוארבעטן דער גענויער חשבון[17].

די רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינס מיטן צווייטן. אין אמערסטנס פעלער קען מען פארטענפערן אז די רמב"ם האט געקייליכט די נומערן, אבער די חילוק צווישן די נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. אן א קלארע הכרעה, זענען דא צוויי "תקופת הרמב"ם"ס, איינס ("שיטה א' ") באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און דער צווייטע ("שיטה ב' ") באזירט אויף די נומערן פאר 10,000[18].

לויט שיטה א', איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 46 מינוט און 24 חלקים, גענוי ווי די מיינוג פון דער אראבישע אלבאתאני. עס איז מיט 2 מינוט און 34 סקונדעס לענגער ווי דאס באקאנט היינט פאר ווינסשאפטליכער. לויט שיט ב' איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 49ץ6 סקונדעס; בלויז 5 סקונדעס לענגער ווי דער וויסנפשאטליכער[19]. רפאל הלוי פון הנאווער האט געהאלטן אז דער רמב"ם האט איוסגעטראפן אן אייגענע חשבון, פיל פונקטליכע פון די וויסנשאפט זיין צייט, אבער אנדערע ווייזן אז ס'נעמט זיך פון קיילעכונגן דער רמב"ם האט געמאכט אויף אל באתאני נומערן[20]. אין לוח דבר בעתו ווערט יעדער יאר זינט תשע"ג פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.

ביי די כת פון קומראן

אין פארשידענע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט א לוח וואס איז געבויט בלויז אויף די זון-יאר. דער אסטראנאמישע באזיס פאר דער לוח ווערט געברענגט אין ספר מהלך המאורות אין ספר חנוך א'[21]. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים[22]. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צוטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג. יעדער תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג, און נאך איין איבריגע טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"[23].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות דערמאנט דא זענען א לשון מושאל פאר פאזיציעס פון די זון איבערן עקליפטיק. די עצם שטערן גרופעס נאך וואס זיי הייסן זענען שוין אבער פון לאנג אפגערוקט[5]

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 סנהדרין יג, א
  2. מגילה 4Q324d
  3. ווי אין די סוגיא אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".ראש השנה כא, א
  4. 4.0 4.1 ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שני. ”ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.”

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק יסודי התור"ה, הלכות ג'–ז'

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ג'

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ז'; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.
  8. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
  9. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 623

  10. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ד'–ד"א

  11. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: או"ח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן קי"ז, סעיף א'

  12. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: או"ח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן תקע"ה, סעיף ז'
  13. ברכות נט, ב
  14. רמ"א אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: יוד' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק יוד.שולחן ערוך, יוד, סימן קט"ז, סעיף ה'
  15. עבודה זרה ח, א

  16. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י"ג–י"א
  17. רפאל הלוי פון האנאווער, תכונות שמים, אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקונובסקי, חזון שמים, תשנ"א, זייט נה
  18. י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.
  19. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 693
  20. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 703
  21. "ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב
  22. "ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'
  23. סרך היחד