אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל/6"
(אימפארטירט פון די העברישע המכלול, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "צעד אחר צעד" ב־"שטאפל ביי שטאפל") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{המכלול:המכלול | {{המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל/קישורים | ||
|תוכן= | |תוכן= | ||
== [[המכלול:כללי התנהגות בין חבר העורכים|התנהגות בין חבר העורכים]] == | == [[המכלול:כללי התנהגות בין חבר העורכים|התנהגות בין חבר העורכים]] == | ||
שורה 13: | שורה 13: | ||
---- | ---- | ||
<div style="text-align: center;"> | <div style="text-align: center;"> | ||
{{גודל|3|'''[[המכלול:המכלול | {{גודל|3|'''[[המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל/7|המשך המדריך]]''' [[קובץ:1leftarrow.png|20px|קישור=המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל/7]]}} | ||
</div> | </div> | ||
}} | }} |
רעוויזיע פון 06:24, 4 יאנואר 2023
רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס
פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל
לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן
שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט
שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים
כללים
פארשידענע מאָסנאַמען
ענדע
גייט ארויס אין וועג
דער געדאנק פון וויקי וואס אויף איר איז המכלול אוועקגעשטעלט, איז אז יעדער קען רעדאגירן און שרייבן איבער יעדע נושא. יעדע ענדערונג וואס איר וועט דורכפירן וועט באלד טוישן דעם בלאט פאר אלע באניצער.
לאמיר אנהייבן מיט א הסבר אויף די וויכטיגסטע פונקציע אין וויקי: רעדאגירן בלעטער.
אויב טרעפט איר א גרייז אין אן ארטיקל, קענט איר דאס פאררעכטן אויף די פאלגענדע אופן: (דרוקט אויף א בילד צו פארגרעסערן)
יעצט איז כדאי איר זאלט פראקטיצירן דעם נושא און אנזאמלען אביסל ערפארונג. גייט צום זאמדקאסטן בלאט, בעסער אין א פרישע פענסטער, און פרובירט עס צו רעדאגירן, צום ביישפיל לייגט צו א באגריסונג.
רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס
פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל
לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן
שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט
שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים
כללים
פארשידענע מאָסנאַמען
ענדע
גייט ארויס אין וועג
נאכ'ן לערנען וויאזוי צו צולייגן און רעדאגירן טעקסט, לאמיר איבערגיין עטליכע הויפט 'סינטעקס' כללים.
ביים אנהויב פונעם ארטיקל איז איינגעפירט צו לייגן די קעפל אין באָלד (מודגש) אותיות. צו מאכן אותיות באלד לייגט מען די טעקסט צווישן דריי שטרעכלען ' אויף יעדע זייט (אויפ'ן פלאץ פונעם W אלפאבעט אויף אלגעמיינע אידישע קיבאורדס). דאס ווארט '''באלד'''
וועט ווערן באלד. צום ביישפיל, אזוי וועט אויסזען די אריינפיר צום ארטיקל ברכה:
- "ברכה איז ווי א קורצע תפילה פון לויב ווערטער...".
צו אנהויבן א פרישע פאראגראף דארף מען צולייגן א ליידיגע שורה, צווישן די פאריגע פאראגראף און די נייע.
מען קען פארשענערן די געבוי פונעם בלאט דורך צולייגן קעפלעך, וואס ווערט געטון ווי פאלגענד:
==קעפל==
(שטאפל 2)
===אונטערקעפל===
(שטאפל 3)
ביי בלעטער מיט ווייניגסטענס פיר קעפלעך, וועט דער סיסטעם אטאמאטיש שאפן אַן אינהאלט קעסטל.
אויב זעט אייך דאס אלעס אויס צו קאמפליצירט, געדענקט אז די וויכטיגסטע זאך אין אן ענציקלאפעדיע איז איר אינהאלט, און די אויסשטעל איז א צוגאב. אויב שטויסט איר זיך אן אין שוועריגקייטן מיט'ן אויסשטעלן, געדענקט אז עס וועט אלץ זיין אן ערפאַרענע וועטעראן באניצער וואס וועט אייך ארויסהעלפן מיט'ן אויסשטעל. מיט די צייט וועט איר זיך בעז"ה צוגעוואוינען צו המכלול און זאמלען ערפארונג, און איר וועט דאס גרינגערהייט קענען טון אליין.
רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס
פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל
לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן
שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט
שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים
כללים
פארשידענע מאָסנאַמען
ענדע
גייט ארויס אין וועג
אינערליכע לינקס
אינערליכע לינקס, דאס הייסט לינקען וואס פארבינדען צו אנדערע המכלול ארטיקלען, פארבעסערן גאר שטארק די באקוועמליכקייט פון ניצן המכלול. די פארבינדונגען ערמעגליכן צו ליינען נאך אינפארמאציע איבער טעמעס פארבינדען צום ארטיקל.
ווען לינקט מען?
צו לערנען וואו עס לוינט צו לייגן פארבינדונגען איז רעקאמענדירט צו באזוכן רעקאמענדירטע בלעטער און זיך לערנען פון זייער סטיל. אין פאל פון א ספק איבער די נויטיגקייט פון א לינק, פרעגט אייך אליין אויב דער לינק וועט ארויסהעלפן דער געווענליכער ליינער.
וויאזוי שאַפט מען א לינק?
צו שאפן א לינק פון א ווארט צו אן ארטיקל מיט די זעלבע נאמען ווי דעם ווארט לייגט מען צו דאפלטע געקעסטלטע קלאמערן (brackets) ביי ביידע זייטן פונעם ווארט. אזוי וועט [[ענציקלאפעדיע]] ווערן א פארבינדונג צום בלאט ענציקלאפעדיע.
וואס טוט מען אבער ווען מען וויל פארבינדען צו א בלאט וואס די נאמען איז נישט די זעלבע ווי דאס ווארט? מען קען לעזן דעם פראבלעם דורכ'ן צולייגן דעם | צייכן (אויפ'ן קיבאורד: ⇧ Shift+\) אינעם לינק וואס וועט אפטיילן דעם נאמען פון בלאט און די ווארט פונעם לינק. צום ביישפיל [[ארץ ישראל|ארצנו הק']] וועט צייגן דאס ווארט "ארצנו הק'" וואס וועט פארבינדן צום בלאט ארץ ישראל, אזוי: ארצנו הק'.
דער צייכן | געפינט זיך צוזאמען מיט די בעק-סלעש צייכן \ און מען דארף דרוקן "שיפט" צוזאמען מיט דעם קנעפל (די קנעפל געפינט זיך נעבן די Backspace קנעפל).
צומאל זענען פארהאן עטליכע בלעטער מיט ענליכע נעמען, למשל: שמואל הנביא (קווארטאל) און שמואל הנביא. אויב איז די מיינונג קלאר, קען מען זיך באנוצן מיט אן איינפאכע טריק וואס פארמיידט דאס איבערשרייבן דעם גאנצן לינק פון פריש: לייגט אריין דעם לינק צום בלאט און לייגט צו דעם צייכן "|" דערנאך. די איינגערינגלטע טעקסט וועט מען נישט זען. למשל [[שמואל הנביא (קווארטאל)|]] וועט ווערן די לינק ווארט "שמואל הנביא" און וועט פארבינדען צו שמואל הנביא (קווארטאל), אזוי: שמואל הנביא.
דרויסנדיגע לינקס
פארבינדונגען צו זייטלעך אויסער המכלול ערשיינען כמעט אייביג אונטער'ן קעפל "אויסערליכע פארבינדונגען" ביים ענדע פונעם ארטיקל. בדרך כלל האלט מען זיך צוריק פון אריינלייגן דרויסנדיגע לינקס אינמיטן אן ארטיקל.
די מערסט איינפאכע וועג צו שאפן א אויסערליכע לינק איז צו אריינלייגן די אדרעס פונעם וועבזייטל (URL) צו וועלכע איר ווילט לינקען. למשל די אדרעס .https://yi.hamichlol.org.il/ וועט אטאמאטיש ווערן א לינק. אבער עס איז נישט אנגענומען צו לייגן אזוי א לינק, ווייל עס איז נישט צייגנד און שיין, און עס פעלט הסבר צום לינק.
די אנגענומענע וועג איז צו לייגן א לינק, דערנאך לייגן א ספעיס און די שילדערונג פונעם לינק, און ביידע (די לינק און איר שילדערונג) אריינלייגן צווישן געקעסטלטע קלאמערן. צום ביישפיל:
- [https://yi.hamichlol.org.il/ אידישער המכלול]
- די רעזולטאט: אידישער המכלול
רעפערענצן
רעפערענצן זענען אינפארמאציע וואס דארף פארברייטערן די ידיעות אויף דאס וואס מיר ליינען, דורך צולייגן מער פרטים, אדער דורך צוצייכענען מקורות צו די אינפארמאציע, אד"ג.די וועג אריינצולייגן רעפערענצן איז ווי פאלגענד {{הערה|דא שרייבט מען די טעקסט}} די רעזולטאט וועט זיין:[1]. צו קענען זען די רעפערענצן אויפ'ן בלאט וועלן מיר צולייגן ביים ענדע פון בלאט (אונטער'ן קעפל "רעפערענצן") {{רעפערענצן}} די רעזולטאט וועט זיין:
- ↑ דא שרייבט מען די טעקסט
פאר אויספירליכע אנווייזונגען:
קאטעגאריעס
אויב האט איר באשלאסן צו זיין געוואַגט און שאפן א פרישע בלאט, איז וויכטיג איר צו צולייגן צו רעלעוואנטע קאטעגאריעס. דאס איז די בעסטע וועג אז דער בלאט זאל נישט "פארלוירן ווערן" אין המכלול. קאטעגאריעס לייגט מען צו ביים סוף פונעם ארטיקל ווי פאלגנד: [[קאטעגאריע:נאמען פון קאטעגאריע]]. מען קען, און עס איז אפילו כדאי, צו אריינלייגן א בלאט אין עטליכע קאטעגאריעס, דער ארטיקל בלעיז פאסקאל, למשל, באלאנגט אין קאטעגאריעס "פיזיקער", "מאטעמאטיקער", און "פילאזאפן". די גרינגסטע איז צו צולייגן קאטעגאריעס לויט אן ענליכן בלאט. מער איבער קאטעגאריעס זעט אין די לינקס צו אויספירליכע אנווייזונגען.
רויטע לינקס
ווען א בלאט עקזיסטירט נאכנישט, וועט דער לינק צייגן רויט אנשטאט בלוי. א רויטע לינק איז נישט א שלעכטע זאך, ווייל המכלול וואקסט און בליט כסדר און נייע בלעטער ווערן געשאפן. אויב ווילט איר, קענט איר דרוקן אויף די רויטע לינק, און דאס וועט אייך פירן צו די קענטליכע רעדאגירן בלאט, און שרייבן אליינס דעם בלאט (מאכט נאר זיכער אז דער ארטיקל עקזיסטירט נאכנישט מיט אן אנדערן נאמען). מער אינפארמאציע איבער שרייבן ארטיקלען אין קומענדיגן קאפיטל...
רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס
פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל
לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן
שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט
שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים
כללים
פארשידענע מאָסנאַמען
ענדע
גייט ארויס אין וועג
געדענקט אז אויף אסאך טעמעס זענען שוין דא ארטיקלען אין 'המכלול', דערפאר איידער איר זעצט זיך שרייבן א פרישע ארטיקל קוקט גוט איבער אויב עס איז טאקע נאכנישט פארהאן אן ארטיקל אויף דעם טעמע.
בלויז ענדערן
עס איז רעקאמענדירט פאר מתחילים צו אנהויבן מיט צולייגן צו עקזיסטירנדע בלעטער און זיי אויסברייטערן. וועלט אויס א נושא וואס פאראינטערעסירט אייך און ליינט בלעטער וואס עקזיסטירן שוין אויף דעם נושא. איר וועט שוין זיך ערגעצוואו אנטרעפן מיט א רעדאגירונג, פאררעכטונג אדער פארברייטערונג וואס איר ווילט אויספירן אין די בלעטער. אזוי וועט איר שנעל איינהאנדלען ערפארונג אין רעדאגירן בלעטער.
די טעקסט אין קאוד אין געוויסע בלעטער וועט אייך פון אנפאנג אויסזען קאמפליצירט. יענע חלקים קענען זיין פארשידענע קאמפליצירטע עלעמענטן, ווי למשל טבלאות. האט נישט מורא! אויב פעלט אויס היפט איבער די אומפארשטענדליכע חלקים.
עס איז מעגליך אז נאך א באדייטנדע הוספה וועט איר זען אז אויפ'ן בלאט איז צוגעלייגט געווארן א מוסטער "עריכה" אדער "שכתוב". זארגט אייך נישט! אזעלכע מעלדונגען זענען דעזיגנירט צו אריינברענגען נאך שרייבער וואס זאלן צולייגן אינערליכע לינקס און זאלן מסדר זיין אייער טעקסט לויט די מכלול כללים און דערפאר איז נישט כדאי צו אראפנעמען די מודעה. קיינער ווערט נישט געבוירן מיטן קענטעניס פון מכלוליזאציע און מען ערווארט נישט פון אייך איר זאלט שוין אין די פריע שטאפלען באווייזן צו וויסן אלץ. ביטע, ווייזט ארויס פארשטענדעניש פאר הערות וואס פארבעסערן דאס אויסזען פון המכלול.
שרייבן א נייער ארטיקל
טיפ
א דעזיגנירטע בלאט פאר שרייבן פרישע ארטיקלען געפינט זיך אין המכלול:אשף הערכים. די יעצטיגע אנווייזונג בלאט נעמט איר אינפארמאציע פון דארט.
ערגעצוואו און ווען, נאכ'ן אנזאמלען ערפארונג מיט רעדאגירן עקזיסטירנדע בלעטער, וועט איר אוודאי ווילן שרייבן פרישע ארטיקלען. פון די מערסט אפטע גרייזן צווישן מתחילים איז מיט'ן אנהויבן שרייבן שנעל מערערע גאר קורצע ארטיקלען וואס אנטהאלטן בלויז עטליכע ווערטער אדער איין זאץ. אזא בלאט האט צום באדויער גרויסע שאנסן צו ווערן געמעקט ווייל זיי קומען נישט נאך די סטאנדארט פון אן ענציקלאפעדיע, וואס איז ווי פארשטענדליך זייער אנטוישנד.
צו פארמיידן אזא ענדע, דארף א נייע ארטיקל צייגן קוואליטעט: כאטש עטליכע זאצן, ווען די ערשטע זאץ דינט אלץ אריינפיר צום ארטיקל. המכלול איז נישט א ווערטערבוך, און די ערווארטונג איז אז ארטיקלען זאלן אלץ אנטהאלטן מער פון א ווערטערליכע ערקלערונג. פון די אנדערע זייט, ערווארט מען נישט אז יעדע ארטיקל זאל זיין א גאנצע בוך. לסיכום, עס איז כדאי צו אינוועסטירן אביסל מער צייט אין שרייבן א גוטע ארטיקל, פון זיך יאגן צו שרייבן ארימע קורצע ארטיקלען.
ווען איר שפירט זיך גרייט צו שרייבן אן ארטיקל נאך איר הויפנט אָן ערפארונג אין רעדאגירן בלעטער, קענט איר שאפן א בלאט דורך אשף הערכים.
רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס
פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל
לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן
שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט
שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים
כללים
פארשידענע מאָסנאַמען
ענדע
גייט ארויס אין וועג
שמועסן
א וויכטיגע אספעקט אין המכלול איז די מעגליכקייט צו שמועסן איבער ארטיקלען מיט אנדערע רעדאגירער. אויב האט איר א הערה, קשיא אדער שאלה אנבאלאנגט סיי וועלכע ארטיקל, גייט צום שמועס בלאט דורך דעם שמועס קנעפל אויבן און שרייבט אייערע באמערקונגען. געדענקט: אויב איז די לינק צום שמועס בלאט רויט מיינט דאס פשוט אז קיינער האט נאכנישט געשריבן דארט, דאס איז נישט א סיבה זיך צו צוריקהאלטן פון שרייבן.
צו שרייבן א תגובה איבער א פרישע טעמע לייגט אריין די קעפל פונעם טעמע אין די קעסטל "הייבט אן א נייע טעמע". (אין נישט פלוס בלעטער, דרוקט אויף "לייגט צו טעמע" וואס געפינט זיך נעבן "רעדאגירט").
נישט נאר ארטיקלען האבן שמועס בלעטער. יעדע באניצער האט אויך א שמועס בלאט, וואו מען קען זיך ווענדן צו זיי. איר קענט גיין צו אייער שמועס בלאט אינעם קנעפל "שמועס" וואס געפינט זיך אויבן אויף די לינקע זייט פונעם סקרין. ווען איינער לאזט איבער א מעלדונג אין אייער שמועס בלאט, וועט איר באקומען אן אלערט סיי וואו איר וועט נאר זיין אין המכלול, מיט א לינק צו אייער שמועס בלאט. איר קענט אויך שרייבן מעלדונגען פאר אנדערע באניצער, אין זייער שמועס בלאט (מען קען אנקומען דערצו דורך דרוקן אויף די "שמועס" קנעפל אין די רעלעוואנטע באניצער בלאט, אדער אריינשרייבן אין די זוך קעסטל: "באניצער רעדן:פלוני", ווען אויף די פלאץ פון "פלוני" לייגט איר אריין דעם באניצער-נאמען).
אלץ נייער באניצער איז מעגליך אז איר וועט זיך אנשטויסן אין אייער שמועס בלאט מיט א ים פון פארשלאגן, טענות ומענות וואס קען טיילמאל אויסקוקן ווי קריטיק אדער גאר ווי אן ערנסטע אטאקע פון די וועטעראן באניצער. אלע ווענדונגען קומען מיט א גוטע כוונה צו פארבעסערן אייער שרייבעריי אויף המכלול. אויב באקומט איר אסאך ווענדונגען וואס זעען אויס ווי מען זוכט אייך צו דערקיטשען, איז כדאי זיך צו ווענדן צו איינע פון די שרייבער פאר הדרכה.
ארדענונג
אין שמועס בלעטער וועלכע זענען נישט פלוס בלעטער, ווערן די מעלדונגען נישט אויסגעשטעלט אטאמאטיש מיט א סדר, דערפאר פעלט זיך אויס צו האלטן צו ארדענונג כללים. ווען מען רעאגירט צו א מעדלונג, שרייבט מען די רעאקציע נאך א ספעיס כאראקטער פון די פאריגע מעלדונג. צולייגן א קאָלאָן (":") אנפאנג פונעם שורה וועט אייך ערמעגליכן צו אריינריקן אייער מעלדונג. נאך א וועג דאס צו טון איז דורך צולייגן א שטערנדל ("*", וואס דינט געווענליך פאר ליסטעס). צומאל באניצט מען זיך אויך מיט "#" צו מאכן א ליסטע מיט נומערן, למשל ביי אפשטימונגען.
סיי שטערנדלעך און סיי קאָלאָנען קענען ווערן צוגעלייגט עטליכע מאל: יעדעס מאל עס ווערט געלייגט וועט אריינרוקן די טעקסט מער. אויב האט די מעלדונג צו וועלכע איר באציט זיך צוויי מאל ":", לייגט צו א דריטע, צו אנהאלטן דעם פלוס און ארדענונג פון די מעלדונגען.
אויב איינער האט אייך איבערגעלאזט א מודעה אין אייער פריוואטע שמועס בלאט, ענטפערט אים אויף יענע בלאט און נישט אויף אן אנדערע פלאץ. ער וועט זען אז איר האט אים געענטפערט ווען ער וועט קוקן אויף זיין "נאכפאלג ליסטע".
אינטערשרייבן
אין שמועס בלעטער וועלכע זענען נישט פלוס בלעטער, ערשיינט נישט אטאמאטיש דער שרייבער'ס נאמען בעפאר יעדע שטיקל. דערפאר איז וויכטיג צו אינטערשרייבן אויף אייערע מעלדונגען, אז אנדערע באניצער זאלן וויסן ווער עס האט דאס געשריבן. מען קען גרינגערהייט אינטערשרייבן דורכ'ן צולייגן פיר טילדע צייכענס (~~~~), וואס וועלן נאכ'ן אפהיטן דעם בלאט אטאמאטיש ווערן אן אינטערשריפט מיט אייער נאמען און די צייט וואס די מעלדונג איז געשריבן געווארן. איבער פארשידענע סארטן און פארמאטן פון אינטערשריפטן זעט הילף:אונטערשריפט.
מערסטנס שמועס בלעטער זענען פלוס בלעטער. אבער אין געוויסע געביטן, ווי אין שמועס בלעטער פון דרעפטס, זענען בלעטער וואו עס איז וויכטיג צו צולייגן דעם אינטערשריפט.
איינגעוואוינען
עס איז רעקאמענדירט זיך צו איינגעוואוינען צו שרייבן אין שמועס בלעטער. צו אויספרובירן, גייט צום זאַמדקאַסטן און שרייבט א מעלדונג מיט אריינגערוקטע טעקסט און שרייבט אינטער ביים סוף מיט פיר ~ צייכענס ווי פריער געשריבן.
רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס
פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל
לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן
שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט
שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים
כללים
פארשידענע מאָסנאַמען
ענדע
גייט ארויס אין וועג
נאכ'ן ליינען די אינסטרוקציעס זענט איר געוואויר געווארן די וויכטיגסטע פונקטן ארום 'המכלול', און אצינד זענט איר גרייט און זאגאר געלאַדנט צו שרייבן אין 'המכלול'. אויב האט איר אומקלארקייטן אדער הערות איבער די אינסטרוקציעס ביטע צייכנט זיי אָן אינעם שמועס בלאט.
ווי פארשטענדליך איז נאך דא אסאך צו לערנען. די אנווייזונגען זענען פארקורצט ווי ווייט מעגליך נישט צו באלמוטשען און אפשרעקן נייע באניצער, און דערפאר אנטהאלט דאס נישט אלע אינפארמאציע איבער שרייבן אין 'המכלול'. פאלגנד זענען עטליכע לינקען וואס קענען אייך העלפן אין צוקונפט אויב וועט איר דארפן מער הילף:
- הילף:אינהאלט - פון וואו איר קענט אנקומען צו אלע הילף בלעטער אין 'המכלול'.
- המכלול:מונחים - כולל הסבר למונחים המשמשים את קהילת המכלול.
- המכלול:פּרינציפּן און ריכטליניעס - שמועסט אויס די וויכטיגסטע פּרינציפּן און ריכטליניעס אין 'המכלול'.
- המכלול:מדריך לכתיבה תורנית - ספעציעלע אנווייזונגען איבער שרייבן תורה'דיגע ארטיקלען.
- המכלול:הילף טישל - וואו מען קען פרעגן שאלות און בעטן פאר הילף פון וועטעראן מכלולאים.
- המכלול:וואס המכלול איז נישט - 'המכלול' פארקערפערט אסאך, אבער נישט אלעס.