אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אראבישע לענדער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "זעלבשטענדיקייט" ב־"זעלבסטשטענדיגקייט")
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 40: שורה 40:
[[קאטעגאריע:מיטל מזרח]]
[[קאטעגאריע:מיטל מזרח]]
[[קאטעגאריע:אפריקע]]
[[קאטעגאריע:אפריקע]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 08:03, 25 דעצעמבער 2022

אראבישע לענדער זענען די לענדער אין מיטל מזרח, און אין צפון אפריקע, וואס דער אפציעלער שפראך, איז אראביש.

רעגירונג

רוב לענדער האבן באקומען זעלבסטשטענדיגקייט, דורכאויס דעם צוואנציגסטן יארהונדערט, מערסנטנס פון די לענדער, זענען געווען אונטער אייראפעישע הערשאפט. רוב לענדער ווערן געפירט דורך די אריסטאקראטישע עליטע. געוויסע לענדער האבן א קעניגרייך, וואס איז א מאנארכיע. אנדערע זענען א דיקטאטורישע רעזשים, ווי די באפעלקערונג ווערט אונטערדריקט. אין טייל לענדער איז דא פרייהייט, אין א געוויסע זינען, ווי לבנון, עגיפטן, קאטאר, און טוניסיע. אין אנדערע לענדער איז נישטא קיין פרייהייט פון ווארט, און די אפאזיציע האט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן, ווי סאודי אראביע, סודאן, סיריע. אין אלזשיר זענען געווען פרווון צו איינפירן א דעמאקראטיע. אין א טייל לענדער, זענען דא שווערע באציונגען צווישן די מינאריטעטן, ווי לבנון, איראק, סיריע, און סודאן. אין לבנון זענען אלע רעגירונג פאזיציעס, אייניג צעטיילט צווישן די מינאריטעטן, אין איראק שלאגן זיך די שיאטן מיט די סוניס, און זיי ביידע שלאגן זיך מיט די קורדן.

רעליגיע

אין כמעט אלע לענדער איז די רעליגיע, סוני איסלאם, מיטן אויסנאם פון איראק, און באכריין, ווי א מאיאריטעט זענען שיאטן, אין לבנון זענען די שיאטן א גרויסע מינאריטעט גרופע, אינערהאלב די מוסלמענער באפעלקערונג, אין לבנון זענען די מאראנען קריסטן, און די דרוזן, א גרויסע פראצענט פון די באפעלקערונג. אין עגיפטן זענען פארהאן קאפטישע קריסטן. אין סודאן זענען אויך דא אסאך קריסטן, און אנדערע לאקאלע רעליגיעס. אין סיריע, זענען דא אלאוויס, וואס האט זיך אפגעטיילט פון די שיאטן, וואס זיי הערשן איבערן לאנד.

שפראך

אין אלע לענדער, איז די ליטערארישע אראביש, אנגענומען און פארשטאנען, בעיקר אין צייטונגען, רעדעס, און עלעקטראנישע מעדיע, רוב מענטשן פארשטייען די שפראך, וויבאלד די אונטערשיד צווישן די דיאלעקטן איז א קליינער. די לאקאלע דיאלעקטן פון טאג טעגלעכע שפראך, זענען אבער זייער אנדערש, איין געגנט פון צווייטן, אפטמאל אפילו אין די זעלבע לאנד. אין עטליכע לענדער ווי אין מאראקא, און לבנון, איז אויך דא פראנצויזיש, וואס דינט דארט אלס צווייטע שפראך. אין אנדערע לענדער דינט ענגליש, אלס צווייטע שפראך בעיקר אין ירדן.

לענדער און געגאגראפיע

די לענדער פון דרום מערב אזיע, און צפון אפריקע העכערן סאהארא, זענען די לענדער וואס רעכענען זיך אין די גרופע, ווערט אויך פארעכנט אלס מיטל מזרח.

דאס זענען א ליסטע פון זיבן לענדער וואס געפונען זיך אויפן אפריקאנער קאנטינענט.

עלף לענדער זענען אריינגערעכנט אין די גרופע, פון די אזיאטישע קאנטינענט.

אנדערע לענדער וואס געפונען זיך אויך אין מיטל מזרח, אבער ווערן נישט פארעכנט אלס אראבישע לענדער טערקיי, ישראל, ציפערן, איראן. סאמאליע, דזשיבוטי, און קאמאראס אינדזלען, אפילו זיי זענען אין אראבישע ליגע, ווערן זיי נישט פארעכנט אלס אראבער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!