אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויפן שוועל"
ק (החלפת טקסט – "בֿ" ב־"ב") |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 30: | שורה 30: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידישע זשורנאלן]] | [[קאַטעגאָריע:יידישע זשורנאלן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך צייטונגען]] | [[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך צייטונגען]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 11:00, 21 דעצעמבער 2022
אויפן שוועל איז אַ זשורנאַל אויף יידיש וועלכע קומט אַרויס זינט 1941 און ערשיינט היינט צו טאָג, דורך דער ייִדיש־ליגע, אומגעפער דריי מאָל אַ יאָר.
געשיכטע
דער זשורנאַל גייט אַרויס זינט 1941 (דעמאָלט ווי דער אָרגאַן פון דער פריילאַנד־ליגע פאַר טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע), דער זשורנאַל גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש לעבן, ליטעראַטור, קולטור און לינגוויסטיק דער זשורנאַל איז היינט צו טאָג געדרוקט קאָלירט, מיט פאָטאָגראַפיעס, און ברייטע גלאָסאַרן צו עטלעכע אַרטיקלען כּדי צוצוהעלפן דעם נייערן לייענער. דער זשורנאַל האָט אַן ערך 800 אַבאָנעמענטן [1].
שעף רעדאַקטאָרן דורכן יאָרן:
1941 -1942: אברהם ראָזין (פסעוודאָנים: בן אדיר).
1942 - 1956: יצחק נחמן שטיינבערג.
1957 - 1979: ד"ר מרדכי שעכטער, לייבל באַיאָן.
1979 - 2005: ד"ר מרדכי שעכטער.
2005 - 2020: שבע צוקער.
2020 - ביז היינט: ד"ר מרים טרין.
מיטאַרבעטערס זענען: גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט - סטיל־רעדאַקטאָר, יאַנקל סאַלאַנט - קינסטלערישער רעדאַקטאָר. במשך די יאָרן האָבן געשריבן אין אויפן שוועל וויכטיגע ייִדישע שרייבערס ווי: רבקה באַסמאַן־בן־חיים, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, יעקב גלאַטשטיין, אַברהם סוצקעווער, רחל קאָרן, מלך ראַוויטש, און נאָך.
וועבלינקען
- וועבזייטל
- http://yiddish.forward.com/articles/168568/afn-shvel/
- "די ישראלדיקע שפראך: העברעיש לעבט ווידער, יידיש לעבט ווייטער", פון גלעד צוקערמאן, אויפן שוועל נ' 337 (2007).
הערות
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
- ↑ וועגן די געשיכטע פון אויפן שוועל לייענט: שבע צוקער,אויפן שוועל, גילגול פון אַ ייִדיש־זשורנאַל אויפן שוועל, נומער 352 - 353, זומער 2011