רוי:רבי ישראל אברהם פון טשערנאסטראה
רבי ישראל אברהם (אויערבאך) זצ"ל (ה'תקל"ב - כ"א טבת ה'תקע"ד), פון טשערנאסטראה (טשארנא-אוסטראה), אין אוקריינא. באקאנט אלס דער טשערנאסטרער.
אפשטאם
רבי ישראל אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תקל"ב, אויף די עלטער פון זיין פאטער הרב רבי משולם זושא פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא. און צו זיין מוטער מרת הענדל.
רבנות
אין ענדע יאר ה'תקנ"ח ווען רבי ישראל אברהם'ס שווער רבי וועלוועלע טשערנאסטרער איז ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל איז רבי ישראל אברהם געווארן רב אין טשערנאסטראה (טשארנא-אוסטראה) אויף זיין פאטער'ס ארט.
די רביצין
זיין רביצין ציזיא חנה איז געווען שטארק באקאנט אלס צדיקת, זי האט געפירט רביסטיווע און חסידים פלעגן קומען זיך פראוון ביי איר. ווען רבי מאטעלע טשערנאבילער איז געווען אין טשערנאסטראה איז ער געגאנגען שלש סעודות צו איר טיש.
אויף די עלטער איז זי ארויפגעפארן וואוינען קיין ארץ ישראל, און איז אומגעקומען דארט אינעם ערד ציטערניש כ"ד טבת ה'תקצ"ז אין טבריא, אין ליגט נעבען פאטער אין בית החיים פון טבריא.
הסתלקות
רבי ישראל אברהם איז נפטר געווארן זייער יונג אין עלטער פון צוויי און פערציג יאר כ"א טבת ה'תקע"ד, (איין וואך פאר זיין עלטערן ברודער), און ער ליגט אין טשערנאסטראה
פאמיליע
רבי ישראל אברהם האט געהייראט מרת ציזיא חנה א טאכטער פון הרב זאב וואלף פון טשערנאסטראה (טשארנא-אוסטראה). זייערע קינדער:
- הרב פנחס מזל, ממלא מקום פון פאטער אין טשערנאסטראה, ער האט געהייראט מרת חיה טריינא א טאכטער פון משה שפירא פון סלאוויטא, א זון פון רבי פנחס'ל קאריצער.
- הרב יחיאל מיכל מזל, ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שרה לאה א טאכטער פון אהבת שלום פון קאסוב. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און האבן זיך גע'גט.
- הרב אלימלך.
- מרת יענטא דבורה, די ווייב פון הרב דוד טווערסקי מגיד פון טאלנא, באקאנט אלס רבי דוד'ל טאלנער, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי באקאנט אלס רבי מאטעלע טשערנאבילער.
רעפערענצן
באהלי צדיקים
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!