רוי:קו קלוקס קלען

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קלענער אנגעטאן ווייס פארברענען האקנקרייצן

קוּ קלוקס קלען (Ku Klux Klan אין קורצן: KKK) איז דער נאמען פון אן אנטיסעמיטישע און ראסישע ארגאניזאציע אין די פאראייניגטע שטאטן. די ארגאניזאציע האט זיך צוויי מאל אויפגעשטעלט, די ערשטע מאל איז דאס געגרינדעט געווארן ה'תרכ"ה (דעצעמבער 24, 1865). און די צווייטע מאל ה'תרע"ה (1915). די ארגאניזאציע בארימט די ווייסע ראסע און זענען אנטקעגן די שווארצע, קאטאליציזן, און אידן. זיי טענען אז מען דארף פארמיידן די אימיגראציע פון פרעמדע פעלקער קיין אמעריקע, צוליב דעם וואס די פרעמדע וועלן קאליע מאכן די אַמעריקאַנישע קולטור און צושטערן די אמעריקאנישע דעמאקראטיע. זיי האבן געפלעגט פארברענען האקנקרייצן און מארדן מענטשן. אויך האבן זיי אפטמאל אטאקטירט די רעפובליקאנטן.

די ערשטע מאל איז די ארגאניזאציע ערפינדן געווארן אין צפון־אמעריקע נאך די אמעריקאנער בירגער־קריג.

אין יאר ה'תשכ"ד (1964) האט עמיצער מיטן נאמען עדגאר קילן וואס איז געווען מיטגליד אין דער ארגאניזאציע, געמארדט 3 שווארצע בשעתן אמעריקאנער בירגער־קריג. זיין ערשטער משפט איז געווען ה'תשכ"ז (1967) וואו ער איז ארויס בארעכט. אין דער צווייטער משפט, אין יאר ה'תשס"ה (2005) ווען ער איז געווען 80 יאר אלט, איז ער ארויס באשולדיגט, און מען האט אים געשטראפן מיט 60 יאר צו זיין אין טורמע.

פאלגנד איז א ליסטע פון די צאל מיטגלידער לויט יארן:

יאר מיטגלידער
1920 4,000,000
1924 6,000,000
1930 30,000
1970 2,000
2000 3,000

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!