רוי:מנשה לוסטיג
מנשה לוסטיג (ענגליש: Menashe Lustig; איז דער בינע-נאמען פון משה מרדכי לאפפלער (געבוירן ז' אדר ב' ה'תשל"ח), א אידישער פַּאראָדיסט, פילם אַקטיאָר, דענקער, פּראָזאַיִקער און סצענאר שרייבער.
זיין סטיל איז אויף אַ הומאריסטישן שטייגער, ספעציעל דורך לאַכערייקע ווידעא קליפס און בילדער.
ביאגראפיע
מנשה איז געבוירן ז' אדר ב' ה'תשל"ח, אין שיכון סקווירא, ניו יארק, וואו ער איז געווארן אויפגעצויגן.
ער האט חתונה געהאט ט"ז סיון ה'תשס"א אין סטעמפארד היל, לאנדאן, און עטליכע יאר שפעטער ו' אדר ראשון ה'תשס"ח איז זיין ווייב אוועק ל"ע, דאן האט ער זיך אלץ אלמן צוריקגעקערט מיט איין פאר'יתומ'ט פיר יעריג יונגל קיין אמעריקע זיין היימלאנד.
מנשה איז א געטרייער סקווירער חסיד, און איז נאנט געבינדן אינעם סקווירער הויף, מיט א שטארקן נאנטשאפט צום רבי'ן און דעם הויף.
קאריערע
ער איז אַ פאָלקס פיגור צווישן דעם חסידישן ציבור וואס קוקט היימישע קליפס אויף דער אינטערנעט, ער איז אן אקטיאר און מען נוצט אים אויף רעקלאמעס פאר פירמעס און נאך. ער האט פארדינט פּאָפּולאַריטעט נאָך דער ערשטער לאַכערייקע ווידעא 'באבי לייג אראפ דעם טרייבל', וואס איז פארשפרייט געווארן בליץ שנעל. זיינע לעצטע לאַכערייקע קליפס, סובסעטוט אין חדר, און שלום עליכם, ווערן געקוקט דורך צענדליגע טויזענטע, מיט אומ'איינגעהאלטענע געלעכטער, וואס קוועלן פארגעניגן פון זיין נאטורליכן שטייגער פון אויסשפילן לאַכערייקעס און סצענעס.
ער האט דאס אנגעהויבן אלץ א האבי, און דאס געלאזט פארשפרייטן פארן צוועק משמח צוזיין חולים ונצרכים, די קליפס האט ער אליין צוזאמגעשטעלט, פארגעשריבן און געצייגט וויאזוי צו פילמס, און ער איז טאקע געווען פון די ערשטע חרדישע הומאריסטישע קליפס אויף אינטערנעט.
דאס כח פון פאנטאזיע וואס ער ניצט ביים פארשפילן ווערט באוואונדערט ווי ער נעמט אריין די צושויער אינעם מצב ווי ער וויל זיי פירן, און מ'שפירט זיך דארט. מנשה ווערט היינט גערעכענט, פון די באנייער פון דער אמאליגער קאמעדיע, און באזונדער צייגט זיך ארויס זיין אויטענטישקייט, זייענדיג זייער נאטורליך געאייגענט, וואס באנעמט אלע מיט לאכעדיגע פארגעניגן.
אינעם היימישן זשורנאל דער בליץ אום אדר ב' תשע"א, איז מנשה ערשינען, מיט א פולער פיקטיווער ערציילונג, ווי כאילו ער האט אויסגעפירט עפעס א היסטאריש עסקנות, טרעפנדיג זיך מיט די וועלטס גרעסטע שושקעס. 'די וואך' אויף פורים טוט ניצן מנשה אלס פראנט דעקל אויפן הומאריסטישן שטייגער. ווידער האט ער פילפאכיג געשלאגן פובליסיטי ביים היימישן ציבור.
מנשה האט שוין אסאך געשפילט אויף דער טריבונע ביי היימישע פארשטעלונגען, און איז דער הויפט ראלע ביים פורים-שפיל אינעם סקווערן הויף.
זינט תש"ע, האט ער אנגעהויבן מיט אודיו און ווידעא הומאר, אויף סידי'ס, ווי צום ביישפיל, 'שמייכלסוויל', 'בונדאש', - וואו איז די קאווער פון די גרעיפדזשוס - אוידיא, און 'מיין קינד טרעף מיך' מיכאל שניצלער, ווידעא. אויף קול מבשר יודיש אינפארמאציע, אינעם פורים אפטיילונג, טוט ער ערשיינען מיט יואלי לעבאוויטש צוזאמען. מנשה ווערט גערעכנט צווישן דעם .ch.a.g גרופע, 'היימישע אקטיארן פארבאנד', וואס איז געווידמעט צו האלטן באחדות די בדחנים און קאמיקער, אין דער היימישער יודנטום־געמיינדע.
אום ווינטער תשע"ז איז אנגענומען געווארן אין די אינטערנאציאנאלע וועלטס פעסטיוואלן א פילם מיטן נאמען מנשה[1] וואס שילדערט א תקופה אין זיין לעבן, און צוליב דעם איז ער אפיציעל באקאנט געווארן אין די אלוועלטליכע קונסט דזשאנער.
יענס געלעכטער
יענס געלעכטער איז א זאמל פון קורצע ווידעא קליפס, פונעם חסידישער פיזישער אקטיאר און קאמידיאנט - מנשה לוסטיג פון ניו יארק.
אין די דאזיגע לאכערייקעס, ווערן אויך אויסגעשפילט, אויף א סארקאסטישן שטייגער, די איבערגעטריבענע נערוועזקייטן און פאביעס, פון דאס היימישע לעבנס שטייגער, וואס איז היבש לאכעדיג אבער א ביטערע געלעכטער, צייגנדיג פארשידענע סיטואציעס אין לעבן ווי מאנכע זענען מלבש כעס און געוואוינהייטן, אין כאילו א מצוה צו מנהג צו גאר חינוך.
מנשה לוסטיג איז חלילה נישט קיין משכיל וואס זוכט אפשפעטן פון יידישע לעבנס שטייגער, פונקט פארקערט, ער איז דערמיט אין אלגעמיין משמח דעם פאבליקום, און דערביי איז דאס א שיינע וועג צו צייגן וויאזוי עס קוקט אויס א איבערגעטריבענע אומגעבעטענע מחמיר שלא לצורך.
אין דעם זאמל, זענען פארהאנען פארשידענע סיטואציעס וואס איז באמת מער אינטערעסאנט פאר היימישע יידען - איידער פרעמדע, אבער דאס אוטענטישקייט פון זיינע אקטן, ווערן היינט שוין באוואונדערט, אלץ נאטורליך און געלונגען, אפילו ביי די אלוועלטליכע דירעקטארן פון פארשטעלונגען און טאלאנט זוכער.
שרייבער
מנשה איז אויך פון שטענדיג אן א געפילישע שרייבער, אויפ'ן אמאליגער שטייגער, א שטייגער אזויווי 'שלום עליכם' און 'דוד זאריצקי'.
טייל פון זיינע ארטיקלען געפונען זיך אויף אידישע וועלט, אונטערן פעדער-נאמען "קאפ-שטיק" אדער "דאנציגער". און א טייל אין קאווע שטיבל אוואו ער שרייבט דארט מיט א פרייע פענע.
ער שרייבט שוין פאר צענדליגע יארן ארטיקלען וואס ערשיינען באשיידן פארן לאקאלן ציבור, אבער דאס שפילען אויף פילמס האט ער הערשט אנגעהויבן אום יאר תשס"ו אין לאנדאן און איז היינט ממשיך אין ניו יארק.
אויך פארמאגט ער א זעלטענע חוש וויאזוי צו איבערטייטשן צו אידיש פון עברית און ענגליש, ווי זיינע ארטיקלען ווערן וואונדערליך געליינט דורך אזעלכע וואס זענען נישט ליינער מוסטער:Citation needed, און האבן נישט דעם געווענליכן רייץ צו ליינווארג, וויבאלד זיין שפראך ציעט און געבט שטארק אראפ מיט לעבעדיגע פארבן און קלארע שפראך.
מנשה לוסטיג, שרייבט זיך אונטער מיטן קאמפאניע נאמען 'Happy Chusid' - פרייליכער חסיד, פראקלאמירנדיג דערמיט זיין כח און הצלחה פון קאמעדיע און הומאר.
מענטשן קענען מנשה אלץ א 'גוט-ווארט' זאגער, וואס האט אייגענע סלאגאנען אויפן צונג. ווי צום ביישפיל: דאס לעבן איז נישט קיין ווערטל, אבער עס דארף א ווערטל. אדער, אז מ'האט געמאכט א טעות אז כ'בין פריילעך, ווארשיינלעך בין איך טאקע. דערמיט פרובירט ער צו צייגן זיין שיטה אז זייענדיג א חסידישער געווייקטער אמונה יוד קען מען פריילעך זיין און משמח זיין אנדערע, און אזוי ארום איז מען פארזיכערט איבערצולעבן אסאך פראבלעמען אין לעבןמוסטער:Citation needed.
פילמאגראפיע
- מנשה [תשע"ז]
- צדיקת [תשע"ח]
- אי"ה ביי דיר [תשע"ח]
- שמירה [תשע"ט]
זיינע פראדוקציעס
לאַכערייקעס
- הצלה - 2012 [DVD]. (אין יוטוב:[1]
- די קאָמעדיע קליפּס קאלעקשען חלק א' [DVD]
- יענס געלעכטער קאלעקשען חלק א' [DVD]
אוידיא סידי
- צעפראסקעט [פורים תשע"ד]
- וואו בינעך? [פורים תשע"ה]
ליטעראטור
- זאל זיין געלעבט, ערשינען ווינטער תשע"ג.
- פערציג קאפיטלען פון מיין לעבן, אויטאביאגראפיע. ערשינען ווינטער תשע"ט.
- מיינע שפריכווערטער (אין זיבן שפראכן), ערשינען פרילינג תשפ"א.
דרויסנדיגע לינקס
- מנשה לוסטיג אין 'דער אינטערנעץ-פילם-דאטנבאזע'
- יוטיוב בלאט - קליפס פון מנשה
- פעיסבוק בלאט פון מנשה
- אנהענגער גרופע פון מנשה
- |מאמרים פון מנשה אויף "אידישע וועלט", מיט'ן פעדער-נאמען 'דאנציגער'.
- מיט'ן פעדער-נאמען 'קאפ-שטיק'.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!