רוי:שמירה (פילם)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


שמירה (ענגליש: The Vigil) איז א אמעריקאנער כשר'ער שוידער פילם, אויף ענגליש און א טייל אין יידיש, געשפילט דורך פראפעסיאנעלע אקטיארן.

א געשיכטע וועגן א מזיק וואס האט געשוועבט אינעם שטוב פון א עלטערע פארפאלק - מלחמה איבערלעבער; ווען דער אלטער איז געשטארבן, האט דער רב געצאלט פאר א יונגער אויסווארף, אז ער זאל היטן - ווי די הלכה פארלאנגט - אויפ'ן טויט'ן קערפער. און דער קאַמף צווישן רעאליטעט און אילוזיע, וואס ס'האט זיך דארט אפגעשפילט איבער'ן נאכט, איז א אויספירליכע צאפעל'דיגע געשיכטע.

דער פילם איז געשריבן און רעזשיסירט דורך קיט טאמאס, און פראדוצירט דורך דעני פינקלמאַן - דירעקטאר פונעם 'ספּאַרקס-נעקסט' פילעם פּראָדוקציע פירמע.

אקטיארן

אום דעצעמבער 2019 איז די ווידזשעל אויפגעשפילט געווארן צום ערשטן מאל, אין דער טאראנטא אינטערנאציאנאלער פילם-פעסטיוואל, שפעטער אינעם 'אינטערנאַציאָנאַלע פאַנטאַסטיש פילם פעסטיוואַל - אין געראַרדמער פראנקרייך, און אום מרץ 2020 אין סאַוט-ביי-סאַוטוועסט פעסטיוואל אין אסטין טעקסאס.

צוליב דעם קאראנאווירוס אויסברוך, איז אביסל פארשפעטיגט געווארן די צייט פלאן, און אום יולי 2020 האט ער געשפילט אין עטליכע לענדער אין אייראפע; אין גרויסבריטאניע, אין פראנקרייך, אין דייטשלאנד. אום 26סטן פעברואר 2021, וועט ער שפילן אין די פאראייניגטע שטאטן.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!