רוי:אייב שווארץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אייב שוואַרץ (1881–1963) איז געווען א קלעזמער מוזיקער און קאמפאזיטאר אין די 1920ער יארן.

אייב איז געבוירן געווארן לעבן בוקארעשט, רומעניע אין 1881, און האט זיך געצויגן קיין אמעריקע אין 1899. ער איז געווארן א טאלאנפולער קאמפאזיטאר פון מוזיק, ווי אויך א פידלער, א פיאניסט און א קאפעל-מייסטער.


די גרינע קוזינע איז א ליד קאמפאזירט דורך אייב שווארץ, מיט ווערטער פון יעקל לייזעראוויטש.


עס איז צו מיר געקומען א קוזינע,
שיין ווי גאלד איז זי געווען די גרינע.
בעקעלאך ווי רויטע פאמעראנצן,
פיסעלאך וואס בעטן זיך צו טאנצן.
הערעלאך ווי זיידן וועב געלאקטע,
ציינדלאך ווי פערעלאך געטאקטע.
אויגעלאך ווי הימל בלוי אין פרילינג,
ליפעלאך ווי קארשאלאך א צווילינג.
ניט געגאנגען איז זי נאר געשפרונגען,
ניט גערעדט האט זי נאר געזונגן.
לעבעדיק און פריילאך יעדע מינע,
אט אזא געווען איז מיין קוזינע.
און אזוי אריבער צענער יארן,
פון מיין קוזינע איז א טעל געווארן.
פיידעס האט זי וואכן לאנג געקליבן,
ביז פון איר איז גארנישט נישט געבליבן.
היינט אז איך באגעגן מיין קוזינע,
און איך פרעג איר ס'מאכסטו עפעס גרינע.
זיפסט זי אפ און איך ליין איר מינע,
ברענען זאל קולאמבאס' מדינה!
דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!