תורה אור און לקוטי תורה

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון לקוטי תורה)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תורה אור
שער בלאט
שער בלאט
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער בעל התניא
שפת המקור לשון הקודש
תורגם לשפות ענגליש (טיילווייז)
סוגה ספרות תורנית - חסידות
הוצאה
הוצאה קה"ת
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'תקצ"ז
דרויסנדיגע לינקס
וויקיטעקסט תורה אור (חב"ד)
ליקוטי תורה
שער בלאט
שער בלאט
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער בעל התניא
שפת המקור לשון הקודש
תורגם לשפות ענגליש (טיילווייז)
סוגה ספרות תורנית - חסידות
הוצאה
הוצאה קה"ת
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'תר"ח

תורה אור און לקוטי תורה זענען ספרים פון חסיד'ישע מאמרים געגעבן דורך רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער גרינדער פון חסידות חב"ד, אויף די פרשיות, ימים טובים, מגילת אסתר און שיר השירים, פון יאר ה'תקנ"ו ביז תקע"ב. זיי זענען געווארן געדרוקט דורך זיין אייניקל דער צמח צדק, דער דריטער רבי אין חב"ד, וועלכער האט זיי צעטיילט אין צוויי חלקים: דער ערשטער באנד, אויף בראשית שמות, האט ער גערופן תורה אור, און דער באנד אויף ויקרא במדבר דברים האט ער גערופן לקוטי תורה. די ספרים זענען פון די ספרי יסוד אין חב"ד.

שאפונג

במשך פון זיין הנהגה, האט רבי שניאור זלמן פון ליאדי געזאגט ארום צוויי טויזנט חסיד'ישע "מאמרים" אין די שבתים און ימים טובים[1]. די מאמרים זענען געווארן אראפגעשריבן דורך זיין ברודער רבי יהודה ליב, זיין זון רבי דובער פון ליובאוויטש, עטליכע פון זיינע חסידים, און אין א שפעטערע תקופה אויך זיין אייניקל רבי מנחם מענדל, דער צמח צדק. פון די אלע רשימות האט דער צמח צדק צוזאמענגענומען נאנט צו פיר הונדערט מאמרים, וועלכע זענען געזאגט געווארן אנגעהויבן פון יאר ה'תקנ"ו, וואס ער האט מסדר געווען לויט די פרשיות און צוגעגרייט צום דרוק.

פאר די ערשטע חלק, "תורה אור", האט דער צמח צדק אויסגעוועלט בעיקר פון די רשימות פון זיין פעטער, רבי יהודה ליב דער ברודער פונעם בעל התניא, ווייל ער האט זיי באטראכט אלס גאר פונקטליך. ער האט זיי מינימאַל רעדאגירט און בעיקר צוגעצייכנט וואו דער בעל התניא איז מאריך אין אנדערע מאמרים אויף די נושא. די מאמרים אין צווייטן חלק, "לקוטי תורה", האט ער אינגאנצן באארבעט, און צוגעלייגט אסאך מראי מקומות צו ספרי קבלה און מדרשים, הגהות, און אייגענע הערות און ביאורים. ער האט זיי געלאזט דרוקן נאר נאך א חלום וואס ער האט געהאט פונעם בעל התניא[2]. צומאל האט ער צאמגעשטעלט עטליכע מאמרים צוזאמען, אבער ער האט אכטונג געגעבן צו לאזן די נוסח פונעם בעל התניא ווי געשריבן דורך די אריגינעלע שרייבערס.

געבוי און אינהאלט

דער ספר תורה אור האט אין זיך 155 מאמרים. עטליכע מאמרים אויף יעדע פרשה פון די חומשים בראשית און שמות און זייערע הפטורות, אכצן מאמרים אויף מגילת אסתר, זעכצן מאמרים אויף חנוכה - געדרוקט אין פרשת וישב און מקץ, און א מאמר אויף פסח אין פרשת ויקהל. (א חלק פון די מאמרים אויף פרשת בשלח און פקודי זענען געדרוקט אין אנהייב פון ספר לקוטי תורה).

דער ספר לקוטי תורה אנטהאלט בערך 230 מאמרים. עטליכע מאמרים אויף יעדע פרשה פון די חומשים ויקרא, במדבר, דברים און זייערע הפטורות, מאמרים אויף פסח אין פרשת צו, מאמרים אויף ספירת העומר און שבועות אין פרשת במדבר, מאמרים אויף חודש אלול אין פרשת ראה, און מאמרים אויף די ימים טובים פון תשרי: ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום כיפור, סוכות און שמיני עצרת. ביים סוף זענען פארהאן 42 מאמרים אויף שיר השירים.

דער סדר פון די מאמרים איז, אז דער מחבר ברענגט אראפ א מאמר חז"ל אויף וועלכע ער פרעגט עטליכע דקדוקים און קשיות, דערנאך וויקלט ער אויף יסודות אין חסידות, וואס דורכאויס דעם מאמר ווערן פארענטפערט די דקדוקים. דער סטיל פון די מאמרים איז באזירט בעיקר אויף שפראך פון קבלה, ערקלערט לויט'ן גאנג פון חסידות חב"ד, וואס צילט צו רעדן צום שכל און אזוי בייגן דעם "נפש הבהמית". דער ספר איז אלזא אן השלמה צום מהלך וואס ווערט אויסגעבויט אין ספר התניא.

דער צמח צדק האט זיך עטליכע מאל אויסגעדרוקט, אז אויך ווען משיח וועט קומען וועט מען לערנען "תורה אור"[3]. אין חב"ד איז אנגענומען צו לערנען יעדע וואך א מאמר פון ספר בשייכות צו די פרשה, און עס ווערט גערופן "די חסיד'ישע פרשה".

נאמען און אויפלאגעס

דער נאמען פון ספר ("תורה אור") סימבאליזירט דעם נאמען פון מחבר, רבי שניאור זלמן, לויט ווי דער רעדאקטאר, דער צמח צדק, איז מרמז אין זיין בריוו וועגן ארויסגעבן דעם ספר (געדרוקט אין די הוספות צום ספר).

דער ערשטער חלק (תורה אור) איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקצ"ז (1837)[4]. די צווייטע חלק פונעם ספר האט געדארפט ערשיינען נאך אין יענעם יאר, אבער צוליב א מסירה וואס האט צוגעברענגט צו פארשפארן רוב אידישע דרוקערייען אין רוסלאנד איז עס געווארן אפגעשטופט, און מען האט עס הערשט געדרוקט אין יאר ה'תר"ח (1848)[4] מיט'ן נאמען "לקוטי תורה". דער נאמען איז ווארשיינליך געטוישט געווארן כדי די רעגירונג זאל נישט דערקענען אז עס איז א המשך פון תורה אור.

ביידע בענדער ווערן גערעכנט פון די ספרי יסוד אין חסידות חב"ד, און זיי זענען געווארן איבערגעדרוקט איבער צוואנציג מאל. אין די נייע אויפלאגעס פון ספר, דורך הוצאת קה"ת, איז צוגעקומען נאך מאמרים, מראי מקומות, א מפתח, הגהות און הערות פון די רביים פון חב"ד אויף די מאמרים, און נאך. אין תשע"ח איז ארויסגעקומען תורה אור וליקוטי תורה המבואר.

צו ליינען מער

  • נחום גרינוולד (רעדאקטאר), "השיטות והשיטתיות בדרושי רבינו הזקן", און "מבוא ל'הוספות לספר תורה אור" אין: הרב, מחקרים על ספר התניא, משנת חב"ד, דרכו, הנהגתו ותלמידיו, מכון הרב, תשע"ה.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. רוב דערפון איז געדרוקט געווארן אין די מאמרי אדמו"ר הזקן סעריע, לויט די יארן
  2. רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, היום יום, טו בשבט, תש"ג
  3. יהושע מונדשיין, מגדל עז, עמוד שי"ב הערה 6
  4. 4.0 4.1 היום יום, ג' שבט, הוצאת ספרים קה"ת. תש"ג