צמא לדעת די ווייסט פארוואס האט נטפרי נישט געמאכט ביים אידישן מכלול אזוי אויף העבריש - אז ווען מען זוכט דעם אידישן ויקיפדיע זאל מען אוטומאטיש אנקומען צו מכלול?
טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:נאר איך/ארכיוו
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
איך ווייס נישט, אבער האפנטליך וועט אינגאנצן נישט אויספעלן די הילף פון נעטפרי אין דעם פאל... איינמאל מיר גייען ארויס לרשות הרבים, איז צום גלייבן אז ביז א קורצע צייט וועט שוין גוגל סייווי אונז שטעלן העכער ווי די יידישע וויקיפעדיע, צוליב דעם היבש-בעסערן קוואליטעט פון אונזערע ארטיקלען און די העכערע אינטערעסע וואס עס וועט אנציען בעז"ה.
די שאלה איז צו עס לוינט זיך עס צו זיי מציע זיין, אדער ווייל מען איז נאכנישט ארויס - לוינט צו ווארטן. (דער יידישער ויקי איז שוין ממילא פארמאכט אין נטפרי די נושא איז נאר צו מפנה זיין - נישט צו פארמאכן דעם ויקי)
ווען מ'דרוקט אין גוגל אויף די וויקי לינק, אפי' נעטפרי רידיירעקט צו המכלול, לכאורה נעמט עס גוגל אן אז מ'איז געגאנגען צו וויקי, וואס אפעקטירט אונזער ראנג. מעגליך אז ס'לוינט זיך ענדערש נישט צו טוישן.
נאר איך הסתיר את הרשומה הזאת (היסטוריה)