באַניצער רעדן:יצחק

פון המכלול
לעצטע תגובה: 3 יאנואר פון תנא קמא אין די טעמע שלום עליכם
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלום עליכם

שלום עליכם יצחק, ברוך הבא צום אידישער המכלול!
כדי אייך צו העלפן אנשליסן אינעם געזעלשאפט פון שרייבער אויף המכלול, קענט איר:
פאר מער הילף
Antu dialog-information.svg הילף בלעטער
Breeze-weather-none-available-48.svg בעט ראַט
Breezeicons-apps-32-preferences-desktop-cursors.svg פּרינציפּן און ריכטליניעס
OOjs UI icon userTalk-ltr-constructive.svg אויפפירונג צווישן די מכלולאים אין שמועס בלעטער

אויב ווילט איר באקומען א וואונק איבער פארשידענע דיסקוסיעס וועלכע קומען פאר אויפן זייטל, איר זאלט זיך קענען אין זיי באטייליגן, קענט איר צולייגן אייער באניצער-נאמען צו מוסטער:אקטיווע מכלולאים. —תנא קמא 📖 💬 17:49, 31 דעצעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

ישר כח.
איך בין אן עם הארץ ווען עס קומט צו שרייבן אין אן אנציקלאפדיע. איך האב אויך נישט צופיל צייט... אבער איך וויל מיך צולערנען. יצחק (שמועס) 17:55, 31 דעצעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
וועלקאם צו די קלאב! אונז זעמיר אלע עמי הארצים אין דעם נושא... מיר האבן אלע נישט צופיל צייט. מיר זענען דאך פרומע אידן. אונז זעמיר דא זיך צו לערנען צוזאמען. אויב ווילסטו פרטיות'דיגע הילף אין גוגל טשעט, שיק מיר אן אימעיל! —תנא קמא 📖 💬 17:58, 31 דעצעמבער 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
כ'בין נאכנישט אנגעקומען געהעריג צו ליינען די אנווייזונגען. אויב דו קענסט מיר זאגן אין קורצן וואס איז די פראצעדור אז מיין דרעפט זאל למשל אנקומען אינעם סיסטעם? קען א צווייטער משלים זיין וואס איך האב נישט אריינגעלייגט (ווי די דרויסנדיגע לינקס וכד'), אדער ווארט עס נאך אויף מיר? עס זענען נאך דא גראדע אינפארמאציע וואס שטייט נישט אינעם עברית'ישן המכלול פון וואו איך האב נאכגעשריבן, אבער עס קען בארייכערן דעם בלאט. איך קען עס אפשר שפעטער צולייגן.
בקיצור, געב מיר אין קורצן דעם פראצעדור אויף וועמען עס ווארט און וויאזוי עס ווערט באשטעטיגט און ארויפגעלייגט.
א דאנק יצחק (שמועס) 18:58, 1 יאנואר 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
בנוגע דיין דרעפט באַניצער:יצחק/אורחות צדיקים. קודם א הערצליכן דאנק, עס איז א הערליכע התחלה. גאר אין קורצן וואס עס ברויך: נאך וויקילינקס, בעסערע אויסשטעל, אלע וויכטיגע אינפארמאציע, מקורות און דרויסנדיגע לינקס. די מערסטע לערנט מען זיך פשוט פון זיך דרייען דא, באטראכטן אנדערע ארטיקלען, און זען די פארשידענע פאזעס וואס זיי גייען דורך ביזן אנקומען אין הויפט געביט. איך פיר יעצט אריבער אייער דרעפט צום אלגעמיינעם דרעפט געביט (דרעפט:אורחות צדיקים) אזוי אז עס זאל זיין צוגענגליך פאר אנדערע רעדאקטארן צו עורך זיין. כ'רעקאמענדיר אייך נאכצופאלגן די שינויים אין אייער נאכפאלג ליסטע. מיט הצלחה אויף פאראויס! —תנא קמא 📖 💬 19:12, 1 יאנואר 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
האסט אריינגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט מיט'ן אזוי פארברייטערן און בארייכערן דעם ארטיקל. כ'שפיר אז כ'האב דיר געמאכט שווער ארבעטן... איז דא א קפידה צו שרייבן דוקא הויך שפארבערישע, קאמפליצירטע ווערטער וואס מאכן נערוועז רוב פשוט'ע מענטשן?... איך פרעג פשוט ווייל אפשר קען איך אביסל דערלייכטערן דעם בלאט מיט מער פשוט'ע, טאג-טעגליכע ווערטער, אדער אפשר איז דאס א קפידה אין אן ענציקלאפעדיע. יצחק (שמועס) 00:05, 3 יאנואר 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ניין, בכלל נישט קיין קפידה, נאר א נארישע קאפריז מיינער. אדרבה ואדרבה, טוט ווי איר שלאגט פאר! —תנא קמא 📖 💬 00:18, 3 יאנואר 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]