אדר א'

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון אדר הראשון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
►► אדר ◄◄
   א       ב       ג       ד       ה       ו       ש   
  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".א' אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ב'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ג'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ד'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ה'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ו' 
אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ז'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ח'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ט'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"א  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ב  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ג 
אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ד  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ט"ו  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ט"ז  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ז  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ח  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ט  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ' 
אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"א  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ב  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ג  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ד  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ה  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ו  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ז 
אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ח  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ט  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ל'   
   א       ב       ג       ד       ה       ו       ש   
  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".א' אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ב'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ג'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ד' 
אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ה'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ו'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ז'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ח'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ט'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"א 
אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ב  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ג  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ד  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ט"ו  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".ט"ז  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ז  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ח 
אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".י"ט  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ'  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"א  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ב  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ג  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ד  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ה 
אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ו  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ז  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ח  אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "[".כ"ט   
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית

אדר א' איז א חודש פון דרייסיג טעג, וואס ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן פון אידישן לוח[1]. דער חודש ווערט צוגעלייגט צווישן שבט און דער "געווענליכער" חודש אדר, וואס הייסט אין דעם יאר אדר ב'.

געשעענישן וועלכע קומען פאר אין א געווענליכע יאר אין חודש אדר ווערן אין אן עיבור יאר באצייכנט אין אדר ב', חוץ פון יארצייטן וועלכע ווערן געהאלטן - לויט מנהג אשכנז - אין אדר א'.

אין דער לוח

Postscript-viewer-blue.svg עיבור יאר

דער אידישער יאר איז בעיקר באזירט אויף צוועלף חדשים פון די לבנה באנייאונג, וואס קומט אויס ארום 354 טעג[2]. דער פסוק זאגט אבער "שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' אלוקיך"[3], וואס באדייט אז דער קאלענדאר דארף שטימען אויך מיט'ן זון יאר פון ארום 365 טעג, כדי פסח זאל אלעמאל אויספאלן אין פרילינג צייט. דער אונטערשייד צווישן די לבנה יאר און זון יאר, וואס קומט אויס ארום עלף טעג[א], זאמלט זיך אן פון יאר צו יאר און דארף ווערן 'פארראכטן' דורך צולייגן א חודש יעדע פאר יאר - אן אקט וואס ווערט אנגערופן "עיבור השנה". אין דער באשטימטער אידישער לוח לויפן די יארן אין א ציקל פון ניינצן יאר, אין וועלכע די עיבור יארן זענען דריי (און צומאל צוויי) יאר אפגערוקט איין פון אנדערן[ב].

דער צוגעלייגטער חודש דארף זיין דווקא פון אדר[4].

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז אדר א' אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[5]. דער פאריגער חודש איז אויך אלעמאל מלא, און ראש חודש אדר א' באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' שבט און א' אדר א'[5]. חודש אדר א' קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת[6].

נעמען

אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר ראשון" אדער "אדר הראשון", און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"[7]. וויבאלד דאס איז דער חודש וועלכער ווערט צוגעלייגט אין עיבור יארן, הייסט עס אויך דער "חודש העיבור"[8].

שטאנד

אלס חודש אדר

די מצוות פון פורים, וועלכע גייען אן אין י"ד און ט"ו אדר, ווערן נישט געטון אין אדר א' נאר אין צווייטן אדר[9]. אויך די ארבע פרשיות ווערן געליינט אין די שבתים פון צווייטן אדר, און אויב האט מען זיי געליינט אין אדר א' דארף מען איבערליינען[10]. אין די אחרונים איז פארהאן א מיינונג פארשידענהייט איבער די מצוה פון שמחה וואס גייט אן אין אדר, צי עס גייט אויך אן אין אדר א'[11].

די טעג פון אדר וועלכע זענען באצייכנט אין מגילת תענית אז מען טאר אין זיי נישט פאסטן, גייט עס אן אין ביידע אדרים[12]. דער תענית פון ז' אדר גייט אן אין אדר א'[13]; לויט אנדערע - אין אדר ב'[14]. אויך ווען עס האט פאסירט א נס אין אדר פון א שנה פשוטה, און מען האט געמאכט א נדר צו האלטן א פורים שני אין דעם טאג, איז א מחלוקת ווען עס צו האלטן אין א שנה מעוברת[15].

די תנאים קריגן זיך וועלכע פון די חדשים הייסט סתם אדר: לויט רבי יהודה איז עס אדר א' - ווען מען שרייבט א שטר אין דעם חודש שרייבט מען בלויז "אדר", און אין אדר ב' שרייבט מען "אדר תניינא"; לויט רבי מאיר איז עס אדר ב'[16]. לויט רוב פוסקים איז די הלכה ווי רבי יהודה[17]; דער רמב"ם נעמט אן ווי רבי מאיר[18].

ביי א גט זאל מען לכתחילה ארויסשרייבן אדר ראשון און אדר שני[19], בדיעבד איז כשר אויב האט מען געשריבן בלויז "אדר" אין אדר א', לויט ווי רוב פוסקים האלטן[19.1]. ביי ברכת החודש, זאגט מען בלויז "אדר" אויף אדר א' און "אדר שני" אויף אדר ב'[20]; אנדערע קריגן, מען זאל ארויסזאגן אויך "אדר ראשון"[21].

צוויי וועקסלען וואס אין איין שטייט אדר סתם און אין די צווייטע שטייט אדר ב', און דער לווה האט נישט צו באצאלן פאר ביידע, געבט מען פאר דער וואס האט פארבארגט אין אדר סתם; אויב אין ביידע שטייט אדר סתם, געבט מען פאר דער וואס זיין צייט איז פריער לויט די טעג אין חודש[22]. דאס זעלבע איז אפילו אויב אין איין שטייט אדר סתם און אין די צווייטע אדר א', גייט מען לויט די טעג אין חודש[22.1]. טייל זענען חושש צו די שיטה פון רמב"ם, און האלטן ביי די אלע ספיקות אז מען זאל עס צעטיילן[22.2].

א הויז וואס מען האט פארדינגען אויף ביז אדר, און דער משכיר און שוכר קריגן זיך ביז וועלכער אדר, זאלן זיי זיך טיילן[23]; לויט אנדערע, גייט עס פארן משכיר חוץ אויב דער שוכר ברענגט א באווייז[24].

עס איז א מחלוקת אין די פוסקים איבער דער יארצייט פון איינער וואס איז נפטר געווארן אין אדר פון א שנה פשוטה: לויט טייל האלט מען עס אין אדר א' פון א שנה מעוברת[25]; לויט אנדערע אין אדר ב'[26]. טייל זענען מחמיר צו האלטן ביידע[27]; לויט געוויסע, דארף מען מעיקר הדין האלטן ביידע[28]. ווען ער איז נפטר געווארן אין א שנה מעוברת, דארף מען זיכער האלטן דער חודש אין וועלכע ער איז נפטר געווארן[29]. איינער פון די ראשונים האט מחמיר געווען אויף א יארצייט אין אדר א', עס צו האלטן אין א שנה פשוטה אויך אין שבט[30].

איינער וואס איז נפטר געווארן אין ל' אדר א', דארף מען אין א שנה פשוטה האלטן זיין יארצייט אין ל' שבט[31]. אנדערע קריגן, מען זאל עס האלטן אין א' ניסן[32].

אלס חודש פון יאר

אין א יאר וואס רעכנט זיך מעת לעת, פון א געוויסע טאג ביז קומענדיגן יאר אין דעם טאג, איז אויך דער חודש העיבור אין כלל פון דעם יאר, און יענער יאר ענדיגט זיך אלזא נאר נאך דרייצן חדשים[33]. לויט איין דעה, איז דאס ריכטיג לגבי שכירות און נדרים נאר ווען ער זאגט "דער יאר", אבער ווען ער זאגט "איין יאר", און אפילו "איין יאר אנגעהויבן פון היינט", איז דער חודש העיבור נישט אריינגערעכנט[34]; להלכה איז אבער נישט אנגענומען דער חילוק[35].

די יארן בעפאר א אינגל ווערט בר מצוה (און א מיידל בת מצוה) רעכענען זיך מיט דער חודש העיבור - און אויב איז ער געבוירן אין א שנה פשוטה און דרייצן יאר דערויף איז אן עיבור יאר, ווערט ער בר מצוה אין אדר ב'[36]. לויט איין דעה, אפילו אויב איז ער געבוירן אין א שנה מעוברת אין אדר א', און דרייצן יאר דערויף איז אויך אן עיבור יאר, ווערט ער בר מצוה אין אדר ב'[37]; די פוסקים קריגן אבער דערויף[38]. פון די אנדערע זייט, לויט איין דעה ווערט מען אלעמאל בר מצוה אין אדר א', אויך ווען געבוירן אין אדר פון א שנה פשוטה[39].

צומאל קען אויסקומען אז איין קינד זאל ווערן בר מצוה שפעטער ווי דער וואס איז געבוירן נאך אים. צום ביישפיל: אויב זענען זיי געבוירן אין אן עיבור יאר, איינער אין כ"ט אדר א' און דער צווייטער אין אנהייב אדר ב', און דרייצן יאר דערויף איז א שנה פשוטה, וועט דער צווייטער ווערן בר מצוה אין אנהייב אדר און דער ערשטער אין כ"ט אדר[40]. לגבי נעמען א דאפלטע חלק ירושה, איז דער ערשטער דער בכור[41].

א קינד וואס איז געבוירן ל' אדר א', און דרייצן יאר דערויף איז א שנה פשוטה, איז א מחלוקת אחרונים צי ער ווערט בר מצוה ל' שבט[42] אדער א' ניסן[43]. א קינד וואס איז געבוירן ל' שבט אין א שנה פשוטה, און דרייצן יאר דערויף איז אן עיבור יאר, איז א מחלוקת האחרונים צי ער ווערט בר מצוה ל' שבט[44] אדער ל' אדר א'[45].

אין דינים וועלכע ווענדן זיך אין דער צאל פון חדשים, און נישט לויט יארן, ווערט דער חודש העיבור גערעכנט באזונדער - א הויז וואס איז פארדינגען לויט די חדשים, דארף מען עקסטער צאלן פאר דעם חודש[46]; דער אבילות וואס גייט אן י"ב חודש איז אויך אין אן עיבור יאר געענדיגט נאך צוועלף חדשים, נישט פאדערנדיג א גאנצער יאר[47]. אן אלמנה אדער גרושה וואס איז א מינקת, וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט איר צו הייראטן ביז 24 חדשים, איז מותר נאך די צייט אויך אויב רעכנט עס אריין א חודש העיבור[48], טייל זאגן אבער אז לכתחילה זאל מען ווארטן צוויי גאנצע יאר[48.1].

א ספק טריפה, וואס מען ווארט אויס צו זען צי זי לעבט צוועלף חדשים, איז א מחלוקת אין די פוסקים צי עס רעכנט זיך לויטן יאר און אין א שנת העיבור דארף מען דרייצן חדשים[49] אדער נישט[50].

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל דגים פון חודש אדר, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער בית הכנסת אין ציפורי

לויט רוב מקורות איז דער מזל פון דעם חודש מזל דגים, ווי פון חודש אדר בכלל[51]. לויט איין מקור איז עס מזל דלי, ווי דער געווענליכער חודש שבט[52].

לויט דער זוהר, איז דער חודש קעגן שבט אשר[53]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט נפתלי[54], אדער קעגן שבט זבולון[55], אדער קעגן שבט יוסף[56].

מועדים וזמנים

  • ז' אדר – דער טאג פון משה רבינו'ס געבורט און פטירה, וואס ווערט באצייכנט אין פיל קהילות מיט פארשידענע מנהגים, ווערט לויט טייל איינגעהאלטן אין אדר א' (זעט אויבן).
  • פורים קטןי"ד און ט"ו אדר א', ווען עס גייען אן געוויסע הלכות און מנהגים פון פרייד לויט טייל מקורות.
  • שבת שקלים – דער ערשטער פון די ארבע פרשיות. געפאלט אויס רוב עיבור יארן אין לעצטן שבת פון חודש אדר א'[ג].

זעט אויך

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. פינקטליכער: ארום צען טעג און 21 שעות (365.242-354.367).
  2. פינקטליכער: די יארן 3, 6, 8, 11, 14, 17, און 19 זענען באשטימט אלס עיבור יארן.
  3. אין החא יארן פאלט אויס א' אדר ב' אום שבת, און מען ליינט דאן פרשת שקלים.

רעפערענצן

  1. תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ה'; רש"י, ראש השנה יט, ב, ד"ה כמה.
  2. ערכין ט, ב
  3. דברים טז, א
  4. סנהדרין יב, א
  5. 5.0 5.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
  6. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  7. מגילה ו, ב
  8. שו"ת רדב"ז, חלק א' סימן ק"נ
  9. מגילה ו, ב, זעט דארט א מחלוקת תנאים; לבוש אורח חיים סימן תרצ"ז.
  10. מגילה ו, ב, זעט דארט א מחלוקת תנאים; טור, אורח חיים, סימן תרפ"ה.
  11. שאילת יעבץ ב, סימן פ"ח; שבט הלוי י, אורח חיים, סימן ק"ה. זעט מקורות אין: נטעי גבריאל הלכות פורים, פרק יא סעיף א; חשוקי חמד מגילה, דף ו עמוד ב.
  12. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תקס"ח, סעיף קטן כ'; ביאור הגר"א, דארט.
  13. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף קטן ח', בשם מהרי"ל; משנה ברורה, סימן תק"פ, סעיף קטן ט"ו.
  14. שו"ת שאילת יעב"ץ, חלק א' סימן קי"ז, בשם החכם צבי; שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג
  15. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ה'; שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג
  16. נדרים סג, ב
  17. טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; רמ"א, אורח חיים, סימן תכ"ז.
  18. משנה תורה לרמב"ם, הלכות נדרים, פרק י', הלכה ו'
  19. שולחן ערוך, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף ז'
    1. רמ"א, דארט
  20. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תכ"ז, סעיף קטן א'
  21. מחצית השקל, אורח חיים, סימן תכ"ז, סעיף קטן א'; ש"ך, יורה דעה, סימן ר"כ, סעיף קטן י"ז; און אזוי שטייט אין מהרי"ל, הלכות פורים.
  22. שולחן ערוך, חושן משפט, סימן מ"ג, סעיף כ"ח
    1. סמ"ע, דארט
    2. ש"ך, דארט
  23. הגהות אשרי, סוף פרק השואל, פון תוספתא, מסכת בבא מציעא, פרק ח'.
  24. ש"ך, חושן משפט, סימן שי"ב, סעיף קטן ט"ו
  25. תרומת הדשן, סימן רצ"ד; רמ"א, אורח חיים, סימן תקס"ח, סעיף ז' און אויף יורה דעה, סימן ת"ב, סעיף י"ב
  26. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקס"ח, סעיף ז'. זעט שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג.
  27. רמ"א, אורח חיים, סימן תקס"ח, סעיף ז', בשם מהרי"ל
  28. מגן אברהם און ביאור הגר"א, אורח חיים, סימן תקס"ח.
  29. רמ"א, יורה דעה, סימן ת"ב, סעיף י"ב, און ש"ך, סעיף קטן י"ב
  30. ספר חסידים, סימן תשי"ב, געברענגט אין שו"ת מהרי"ל סימן ל"א; זעט אין מהרי"ל, דארט, אז די זעלבע איז אויך פארקערט: צו האלטן אין אדר א' דעם יארצייט פון שבט אין א שנה פשוטה.
  31. משנה ברורה, סימן תקס"ח, סעיף קטן מ"ב, פון מגן אברהם
  32. אגרות משה, יורה דעה חלק ג', סימן קנ"ט
  33. בבא מציעא קב, א, לגבי א הויז וואס איז פארדינגען אויף א יאר; ערכין לא, לגבי בתי ערי חומה און בכור בהמה טהורה; תוספתא, מסכת פרה, פרק א', הלכה ו', לגבי דער עלטער פון קרבנות; נדרים סג, א, לגבי נדרים.
  34. רשב"א, געברענגט אין ר"ן, נדרים סג, א
  35. משנה תורה לרמב"ם, הלכות נדרים, פרק י', הלכה ד'; ר"ן, נדרים סג, א; שולחן ערוך, יורה דעה, סימן ר"כ, סעיף ז'.
  36. הגהות מרדכי, יבמות סימן קט"ו; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"ה, סעיף ט'.
  37. מגן אברהם, אורח חיים, סימן נ"ה, סעיף קטן י'
  38. שו"ת מהר"י מינץ, סימן ט; שבות יעקב, חלק א סימן ט; ערוך השולחן און משנה ברורה און אנדערע אחרונים, אורח חיים סימן נ"ה.
  39. שו"ת מהר"ש הלוי, אורח חיים סימן ט"ז
  40. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"ה, סעיף י'
  41. שו"ת מהר"י מינץ, סימן ט
  42. שו"ת בנין ציון, חלק א' סימן קנ"א; שו"ת משפטיך ליעקב, סימן י"ג; שו"ת ויען יוסף, סימן ל"ג; שו"ת ויען דוד, חלק א' סימן י"א; שו"ת מנחת יצחק, חלק ו סימן ח; ילקוט יוסף, מהלכות חודש אדר, סעיף ט.
  43. רבי יחיאל אברהם זילבער, בירור הלכה, אורח חיים סימן נ"ה (מהדורא קמא עמוד ק"מ, מהדורא תניינא עמוד קל"ז אין נאמען פון רבי יעקב ישראל קאניעווסקי און אזוי אויך מהדורא תליתאה עמוד מ"ט); שו"ת עמק התשובה, חלק ב' סימן ה'; שו"ת אגרות משה, יורה דעה חלק ג' סימן קנ"ט.
  44. שו"ת שבט הלוי, חלק י' סימן ק"ה, אין נאמען פון רבי יהושע לייב דיסקין און רבי שמואל סאלאנט.
  45. שו"ת בנין ציון, חלק א' סימן קנ"א; רבי שלמה זלמן אויערבאך, הליכות שלמה מועדים א, פרק א' הערה 99.
  46. בבא מציעא קב, א
  47. שולחן ערוך, יורה דעה, סימן שצ"א, סעיף ב'
  48. שולחן ערוך, אבן העזר, סימן י"ג, סעיף י"א
    1. רמ"א, דארט, ווייל אויף איין פלאץ ווערט דערמאנט דער שיעור פון יארן. זעט אויך א דריטע שיטה אין ט"ז און ב"ש, דארט, אז נאר ווען דער צייט ענדיגט זיך מיטן חודש העיבור דארף מען נישט ווארטן אויף אדר ב'.
  49. תורת חטאת, כלל ע"ג סעיף ב'; ש"ך, יורה דעה, סימן נ"ז, סעיף קטן מ"ג.
  50. פרי חדש, יורה דעה סימן נ"ז
  51. יערות דבש, חלק ב' דרוש ב'; בני יששכר, מאמרי חודש אדר, מאמר א' אות י"א און מאמר ד' אות י"א; שפת אמת, ליקוטים לר"ח אדר.
  52. לבוש, אורח חיים סימן תרפ"ה סעיף א'
  53. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין ויקח משה, נאך פרשת ויחי
  54. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.
  55. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  56. קדושת לוי, שמות כ, ב, געברענגט אין יפה ללב סימן תרצ"ז. רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, וועלכער רעכנט חודש שבט קעגן שבט יוסף, דערמאנט אבער אפרים ומנשה אין קידוש ירחים לאדר א'.