אקטאבער

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון אָקטאָבער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
►► אקטאבער ◄◄


אקטאבער איז דער צענטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער זעקסטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג.

אקטאבער איז א מאנאט פון הערבסט אין דער צפון האלבקיילעך, און פון פרילינג אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז גלייך צו אפריל אין דער צפון האלבקיילעך. אין געווענליכע (נישט עיבור) יארן, הייבט זיך עס אן אין דער זעלבער טאג פון וואך ווי דער פאריגער יאנואר.

אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל מאזנים, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל עקרב[א].

היסטאריע

הערבסט קאלירן אין אקטאבער, אין ענגלאנד

דער נאמען אקטאבער איז פון לאטייניש און גריכיש ôctō, אכט. די רוימער האבן עס אזוי גערופן ווען עס איז געווען דער אכטער מאנאט אין א קאלענדאר וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, אנגעהויבן מיט מארטיוס. אקטאבער, וואס האט אלעמאל פארמאגט 31 טעג, איז געקומען נאך September און בעפאר November. עס איז שפעטער געווארן דער צענטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס.

אין אקטאבער פון 1582, איז דער גרעגאריאנישער קאלענדאר געווארן איינגעפירט, ווען אין די לענדער וועלכע האבן עס אנגענומען איז אקטאבער 4 געווארן נאכגעפאלגט מיט אקטאבער 15.

אקטאבער איז געווארן באשטימט אלס דער מאנאט ווען דער זומער זייגער ענדיגט זיך פאר רוב לענדער אין אייראפע, און הייבט זיך אן פאר אויסטראליע.

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[1].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'