רוי:שמיני עצרת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נאָמען פון 8טן טאָג אין סוכּות (כ"ב תּשרי); איז אַ באַזונדערער יום–טוב; אין חומש ויקרא כ"ג, במדבר כ"ט הייסט עס ביום השמיני "עצרת היא", "עצרת תהיה לכם"; צוליב דעם וואָס ער איז שוין אַ באַזונדערער יום–טוב איז די פראַגע צי דאַרף מען זיצן אין סוכּה; חסידים זענען זיך נוהג ביינאַכט נישט צו זיצן אין סוכּה, נאָר בייטאָג יאָ צו זיין אין סוכּה (דער מנהג שטאַמט פון אַלטע צייטן, זע גמרא סוכּה מ"ז). ביים דאַווענען אין מוסף זאָגט מען "גשם". טייל זענען זיך נוהג אין שמיני עצרת צו ליינען "קהלת". חסידים זענען זיך נוהג ביינאַכט צו שמיני עצרת איינצואָרדענען אין שול "הקפות".


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!