רוי:רבי אברהם פארבשטיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם פארבשטיין
הרב אברהם פארבשטיין אין 1990
הרב אברהם פארבשטיין אין 1990
געבורט תרע"ז
טויט א' שבט תשנ"ז (אלט: 80 בערך)

הרב אברהם יהודה פארבשטיין (תרע"ז, 1917 - א' שבט תשנ"ז, 9טן יאנואר 1997) איז געווען איינער פון די חברונער ראשי ישיבות, אויך א רעדאקטאר פון דער תלמוד-ענציקלאפעדיע און מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין פוילן צו יעקב פארבשטיין, שפעטער דער ערשטער ראט-פארזיצער פון בני ברק. אין תר"פ (1920), ווען ער איז געווען אלט דריי יאר, איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. צו ערשט האבן זיי זיך באזעצט אין תל אביב, און אין תר"צ (1930) האבן זיי זיך געצויגן קיין בבני ברק. יענע יאר, ווען ער איז געווארן בר מצווה, האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער חברונער ישיבה אין ירושלים.

ווען ער איז צוריקגעקומען אין ארץ ישראל האט ער חתונה געהאט מיט חנה, טאכטער פון  הרב יחזקאל סארנא, דער חברונער ראש ישיבה. ער האט געדינט ווי א ראש ישיבה אין חברון מער ווי דרייציק יאר.

משפחה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!