רוי:רבי חיים שמואלעוויטש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים שמואלעוויטש
מצבת הרב חיים לייב הלוי שמואלביץ באידישע בית עולם הר המנוחות

רבי חיים לייב הלוי שמואלעוויטש (ב' תשרי תרס"ג - ג' טבת, תשל"ט, ירושלים), איז געווען א מגיד שיעור און א מיטגליד פון דער הנהלה פון דער מירער ישיבה העכער פון 40 יאר, אין פוילן, שאנכיי און ירושלים. ער האט געדינט אלס ראש ישיבה אין די יארן וואס די ישיבה איז געווען אין שאנכיי פון תש"א ביז תש"ז, און נאכאמאל אין דער מירער ישיבה אין ירושלים פון תשכ"ה ביז תשל"ט. ער האט משפיע געווען אויף טויזנטער תלמידים דורכאויס זיין לעבן, סיי בדיבור סיי במעשה, מיט זיין בארימטער התמדה און אנשטרענגעניש אין לערנען תורה.

יונגע יארן

רבי חיים שמואלעוויטש איז געבוירן ראש השנה, ה'תרס"ג אין סטוטשין צו זיין פאטער הרב רפאל אלטער שמואלעוויטש און זיין מוטער עטל.

די מירער ישיבה אין שאנכיי. רבי חיים שמואלעוויץ זיצט דער צווייטער פון רעכטס אין דער פאדערשטער שורה.

ג' טבת תר"צ האט ער חתונה געהאט מיט חנה מרים פינקל (נפ' י"א תשרי תשנ"ו), טאכטער פונעם מירער ראש ישיבה הרב אליעזר יהודה פינקל. ווינטער תרצ"ו האט מען אים באשטימט א מגיד שיעור אין דער ישיבה.

זיינע קינדער

  • זיין זון רבי רפאל שמואלעוויטש (תרצ"ח-תשע"ו), פון די ראשי ישיבות אין מיר, ירושלים
  • זיין טאכטער עטיל (תרצ"א - ח' אב תשע"ב), ווייב פון רבי נחום פרצאוויטש, זיין נאכפאלגער אלס ראש ישיבה
    • רבי צבי, ראש ישיבה פון ישיבת מיר אין בראכפעלד
    • רבי רפאל
    • די ווייב פון רבי חיים מענדל בראדסקי, ראש ישיבה פון טאראנטא ישיבה גדולה
    • די ווייב פון רבי אשר אריאלי, ר"מ אין דער מירער ישיבה, ירושלים
    • די ווייב פון רבי יצחק העלמאן, ר"מ אין דער מירער ישיבה, ירושלים


פריערדיגער:
רבי אליעזר יהודה פינקל
מירער ראש ישיבה
גלייכצייטיג מיט רבי ליעזר יודל און רבי ביינוש

תרצ"ו - תשל"ט
"שערי חיים", "שיחות מוסר"
נאָכפאלגער:
רבי בנימין ביינוש פינקל
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!