רוי:קדושים

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:קדוש)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער ארטיקל רעדט וועגן די קדושים, פאר פרשת קדושים פון חומש זעט פרשת קדושים.

א קדוש (לשון רבים קדושים) ווערט אזוי אנגערופן א איד וואס איז אומגעקומען אויף קידוש השם, אדער איינער וואס איז זיך מוסר נפש דורכאויס זיין לעבן צו מקדש זיין גאטס נאמען. ער באקומט דעם טיטל "קדוש" וויבאלד דורך אים איז גאטס נאמען געהייליגט געווארן אויפן וועלט.

אלע אידישע קרבנות וועלכע זענען ערמארדעט געווארן דורכאויס דער אידישער היסטאריע צוליב זייער יידישער אידענטיטעט, ווערן אויך באטיטלט אלס קדושים. אין שפיץ פון זיי זענען די זעקס מיליאן קדושים וואס זענען אומגעברענגט געווארן ביים חורבן אייראפע.

עס זענען דא ספעציעלע תפילות וואס מען זאגט אין אנדענק פון די קדושים, ווי "אב הרחמים שוכן מרומים" און "אל מלא רחמים".

ארגינעל איז דער טיטל קדוש גענוצט געווארן אויסשליסליך צו באטיטלען אזעלכע וואס האבן זיך מוסר נפש געווען אויף קידוש השם, אדער זענען געהארגעט געווארן צוליב זייער יידישן אפשטאם, אבער אויך ווערט דער טיטל גענוצט צו באטיטלען אדמו"רים און רביים, ווי 'הרב הקדוש' אדער 'זכר צדיק וקדוש לברכה'.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!