רוי:מדינת ישראל-אראבישע קאנפליקט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עמיר פייסל און חיים ווייצמאן אויך אין אראבישע קליידונג אלס שלום צייכן

דער אראביש-ישראלדיקער קאנפליקט באציעט זיך צו דעם לאנגיעריגן קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און דער ארומיגער אראבישער ליגע. דער קאנפליקט איז גאר א קאמפליצירטער, און נעמט אריין פארשידענע אידעאלאגיעס, מעסיגע און עקסטרעמע, פון ביידע צדדים. דער גרונד פון דעם קאנפליקט באשטייט פון קעגנזייטיגע תשוקות אויף צו הערשן איבער דאס שטיקל לאנד פון דעם היסטארישן ארץ ישראל. ביידע צדדים האבן טענות וואס זענען לויט זיי פעלזן פעסט, און באשולדיגן דעם אנדערן צד אין הארטנעקיגקייט, באזיסלאזע שנאה, מערדערליכע אכזריות, און יעדן סארט אומרעכט.

איבער די יארן זענען געווען פארשידענע פרואוון אויף צו לייזן דעם קאנפליקט. עס זענען געטון געווארן פילע פאראויס-שריטן. אבער דעם ענדגילטיגן לייזונג איז נאך ווייט פון א מעגליכקייט.

שרשים פון דעם קאנפליקט

אין ענדע פונעם 19טן יאר-הונדערט האט זיך אנגעהויבן א באוועגונג צווישן אידן אין מזרח אייראפע זיץ צו ציען וואוינען קיין ארץ ישראל. די באוועגונג האט גענומען עטליכע פאָרמען, רעליגיעזע און סעקולערע, און איז געווען געטריבן סיי פון אנטיסעמיטיזם אין אייראפע און סיי פשוט פון די פארגרינגערטע מיטלען אויף צו ערפילן דעם צוויי-טויזנט יעריגע תשוקה פון אידן זיך צו באזעצן אין הייליג לאנד.

ארץ ישראל, אונטער'ן אלטן רוימישן נאמען "פאלעסטינע" איז דאן געווען אונטער טערקישע הערשאפט פון דעם אטאמאנישע אימפעריע. די איינוואוינער פון לאנד האבן זיך געציילט אומגעפער 500,000, פון וועלכע בערך 25,000 זענען געווען אידן, און די איבריגע מערסטנס אראבער.

פארשידענע ענליכע אידיאולאגיעס האבן אויפגעשפראצט בנוגע דעם באוועגונג זיך צו ציען צום היסטארישן לאנד פון די אידן, אבער קיין איינס האט נישט געוואונען קיין מאסן שטיצע פון אידנטום. אימיגראציע איז נאך אלץ געווען אויף גאר א קליינער פארנעם. די ערשטע אידן וואס האבן אנגעהויבן ארויפצוקומען אין די צייטן (אויך באוואוסט אלץ דער "ערשטער עליה") האבן געגרינדעט אגריקולטורע מושבים, ווי מקוה ישראל, פתח תקווה, און ראשון לציון, ווי זיי האבן פלייסיג באארבעט די ערד מיט אן אידיאולאגישער געטריישאפט צום לאנד.

די שטחים אויף וועלכע די אגריקולטורע מושבים זענען געגרינדעט געווארן זענען צום מערסטנס געקויפט געווארן פון אראבער. די ארטיגע אראבער האבן אין דעם פון אנהייב נישט געזען קיין סבה זיך צו באזארגן, און על פי רוב האבן זיי געלעבט רוהיג מיט אידן, טראץ געציילטע אומרוהען פון צייט צו צייט.

ציוניזם

דער דרייפוס פרשה אין פראנקרייך אין יאר 1894-תרנ"ד האט אויפגעטרייסלט די אידישע וועלט אויפ'ן נושא פון אנטיסעמיטיזם. איינע פון די זשורנאליסטן וואס האבן געדעקט דעם דרייפוס פראצעדור איז געווען א סעקולאר-אידישער זשורנאליסט פון עסטרייך מיט'ן נאמען טעאודור (בנימין) הערצל. אויפגעברויזט אויף די שוידערליכע פאלשע באשולדיגונגען קעגן דרייפוס, האט זיך הערצל אונטערגענומען אפצושרייבן א פלאן אויף ענדגילטיג צו לייזן דעם פראבלעם פון דעם פארהאסטן איד.

הערצל'ס פלאן איז ארויסגעקומען אין א בוך מיט'ן נאמען דער יודענשטאַט, אין וועלכע ער שטעלט פאר א חזיון פון א אידישע מדינה, אידיאליסטיש אין אירע מאָראַלן און פארגעשריטן אין קולטור ווי די חשובסטע שטעט אין אייראפע, די צענטערס פון ציוויליזאציע און קולטור פון וויען און פאריז.

דער פלאן איז אויפגעכאפט געווארן און עס איז געווארן א סענסאציאנאלע אידעע צווישן אלוועלטליכן אידנטום. אין יאר 1897-תרנ"ז האט הערצל צוזאם גערופן דעם ערשטן ציוניסטישן קאנגרעס אין באזעל. די ציוניסטישע אידיאלן זענען געווארן קלאר פארמולירט און מען האט אקטיוו אנגעהויבן ארבעטן אויף דעם פלאן פון גרונדן א אידיש לאנד.

ערשטע וועלט קריג: קעגנזייטיגע הבטחות

אין ערשטן וועלט קריג האבן די אליאירטע מאכטן פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך און פראנקרייך אפילירט מיט פארשידענע הבטחות צו די אראבישע באפעלקערונג פון מיטל מזרח אויף מיט צו ארבעטן מיט זיי אנטקעגן די טערקן, וועלכע האבן געקעמפפט אויף דער זייט פון דייטשלאנד און די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע.

די הויפט הבטחה איז פארגעקומען אין 19151916 אין א בריוון אויסטויש (באקאנט אלץ די מעקמעהאן-חוסיין בריוון) צווישן סיר הענרי מעקמעהאן, דער ענגלישער הויך קאמישענער אין עגיפטן, און דער אראבישער פירער אלי אבן חוסיין, דער שאריף פון מעקקא, איבער דעם עתיד פון זעלבסטשטענדיגקייט פאר די אראבער. אין די בריוון האט מעקמעהאן קלאר געמאכט אז אראבער וועלן באקומען זייער זעלבסטשטענדיגקייט אין אלע אראבישע לענדער (אויסער עטליכע שטחים לעבן סיריע וואס ווערן דארט אויסגערעכנט). לויט די אראבער האט דאס אויך אריינגענומען די שטחים פון פאלעסטינע, וויבאלד די בריוו האט דאס נישט דערמאט אלץ אויסנאם.

אום 16טן מאי 1916 (ה'תרע"ו) איז געשלאסן געווארן א געהיימע אפמאך צווישן ענגלאנד און פראנקרייך, באקאנט אלס דער סייקס-פיקא פארשטענדעניש, איבער דעם עתיד פון די אראבישע שטחים. אין דעם אפמאך ווערן די שטחים צוטיילט צווישן פראנצויזישע און ענגלישע קאנטראל, אויף צו האלטן אויף א מאנדאט פאר שפעטערדיגע איינטיילונג. די פרינציפן אין דעם אפמאך זענען שפעטער באשטעטיגט געווארן דורך דער פעלקער-ליגע ווען עס האט באשטעטיגט די ענגלישע מאנדאט אויף פאלעסטינע פאר א אידישן לאנד. דער אפמאך איז אויך געווען דאס וואס האט ערמעגליכט פאר די ענגלישע צו דערקלערן די באלפור דעקלעראציע, אין וועלכן עס ווערט צוגעזאגט פאר די אידן א היימלאנד אין פאלעסטינע.

דער אפמאך איז געווען אין קעגנזאץ צו די אפמאכן צווישן מעקמעהאן און חוסיין, און די אראבער האבן געהאלטן אז די באלפור דעקלעראציע איז געווען אן אומ'יושר'דיגע נאכדעם וואס לויט זיי איז פאלעסטינע אריינגערעכנט אין די שטחים פון די מעקמעהאן-חוסיין בריוון.

אידישע אימיגראציע און אראבישע קעגנערשאפט

די אראבישע איינוואוינער האבן צוביסלעך אנגעהויבן צו פארשטיין וואס די ציוניסטישע פלענער זענען, און אנגעהויבן פאליטישע אקטיוויטעטן אויף צוריקצוהאלטן דאס גרונדן א אידישן לאנד. אין די זעלבע זייט האבן זיך געמערט די אידישע אימיגראנטן פון אייראפע און אידן האבן זיך פארשפרייט איבער דעם גאנצן לאנד, געבויט שטעט און מושבים און שטארק אנטוויקלט דעם עקאנאמישן מצב פון דעם לאנד.

איראניש איז געווען אז כאטש די געגנערשאפט פון די אראבער אנטקעגן אידישע איינוואוינער, האט די אידיאליסשקייט פון די אידישע אימיגראנטן געברענגט דערצו אז פילע אראבער פון ארומיגע לענדער, איבערהויפט פון עגיפטן, זענען געקומען קיין פאלעסטינע אנטיילצונעמען אין די פארגוטיגטע עקאנאמישע אומשטענדן. פון איין זייט האט דאס באשטעטיגט אז דאס אנקום פון די ציונים האט געהאלפן פארבעסערן דעם לאנד פאר אלע אירע איינוואוינער. פון די אנדערע זייט האט דאס געברענגט אז די צאל אראבער האבן זיך שטארק פארמערט, הייבנדיג די קאנפליקט אויף נאך מער.

נאך איידער דער ערשטער וועלט קריג האבן די אראבער זיך געוואנדן צו די טערקישע אוטאריטעטן אויף צו באשיצן דעם לאנד קעגן א אידישן איינפלוס. נאך דער באלפור דעקלעראציע איז דאס אויפברויז ביי די אראבער געוואקסן, און עס האבן זיך אנגעהויבן אקטיווע געשלעגן צווישן די אראבער און די אידישע באפעלקערונג. אראבער האבן אנגעהויבן צו באפאלן אידישע דערפלעך, און עס האבן זיך געגרינדעט ארגאניזאציעס אויף צו באשיצן די אידן.

דערווייל האבן די אידישע אימיגראנטן געהאלטן אין איין קומען זיך באזעצן אין דאס לאנד, געבויט אידישע אינסיטוציעס, אנטוויקלט דעם אלטן העברעאישן שפראך, און דער פלאן פון ציונות האט זיך אנגעהויבן זעהן אין דער ווירקליכקייט. דאס האט געברענגט דערצו אז די אראבישע באפעלקערונג, פילנדיג הילפלאז אנטקעגן די אנטוויקלונגען, איז געווארן אלץ מער אויפגעברויזט. ראיאטן האבן אויסגעבראכן אין די 20'ער און 30'ער יארן אין וועלכע פיל אידן זענען געהרג'עט געווארן דורך אראבער.

די ערגסטע ראיאטן און הריגות זענען פארגעקומען אין 1929-תרפ"ט מיטן נאמען תרפ"ט אויפרוהר. געטריבן דורך דער מופטי פון ירושלים, האַג' אמין אל חוסייני, וועלכער האט באשולדיגט די אידן מיט וועלן איבערנעמען דעם שטח ביים כותל המערבי, האבן די אראבער אנגעהויבן אטאקירן אידן אין דורכאויס דעם לאנד. דאס שוידערליכסטע איז פארגעקומען אויף די אידן אין חברון און די תלמידים פון די חברונ'ער ישיבה, פון וועלכע 67 זענען דערמארדעט געווארן.

דער גרויסער אויפשטאנד

פון 1936-תרצ"ו ביז 1939-תרצ"ט האבן די אראבער דורכגעפירט א כללות'דיגן ארבייט-אפשטעל (סטרייק) און אקטיווע געשלעגן. האג' אמין אל חוסייני האט געטריבן די אראבישע באפעלקערונג זיך צו באטייליגן אין דעם ארבייט-אפשטעל, און צוריקצוהאלטן שטייערן פון די ענגלישע רעגירונג.

דער צוטיילונג פון דעם שטח לויט די פארשלאגן פון דעם פּיל קאמיסיע

די סטרייק האט זיך אפגעשטעלט נאך עטליכע מאנאטן, אבער עס האבן ווייטער אנגעהאלטן אטאקעס אנטקעגן אידן. אלץ ענטפער האבן די אידישע באפעלקערונג גענוצט די הגנה מיליציע ארגאניזאציע אויף צו באשיצן אויף אידן. די ענגלישע, כאטש זיי האבן נישט אנערקענט די הגנה אלץ א לעגיטימע ארגאניזאציע, האבן מיט זיי מיטגעארבעט אויף צו באשיצן קעגן אראבישע אטאקע אויף אידן.

א שפלינטער גרופע פון הגנה, דער ארגון צבאי לאומי (באקאנט אלס אצ"ל), האט אנגעהויבן דורכפירן קאנטער-אטאקעס אויף אראבער, אטאקירנדיג אראבישע אטאקירער און אויך אומשולדיגע ציווילע אראבער.

אין ענדע פון דעם אויפשטאנד אין 1939 זענען די צאל טויטע געווען 5,000 אראבער, 400 אידן, און 200 ענגלישע.

דער פּיל קאמיסיע

אין 1936, נאכ'ן אנהייב פון דעם גרויסן אויפשטאנד, האבן די ענגלישע געגרינדעט א קאמיסיע אויף נאכצופארשן די סבות פון דעם אויפשטאנד, און וויאזוי צו לייזן דעם היציגן קאנפליקט. דער קאמיסיע איז געווען אנגעפירט דורך לאָרד פּיעל.

דער קאמיסיע האט פארברענגט עטליכע מאנאטן אין פאלעסטינע. אויף די זייט פון די ציונים האט חיים ווייצמאן געהאלטן א הארציגע רעדע, פרובירנדיג צו ערקלערן די אידישע מאטיוון און אירע פרידליכע נאטורן. די אראבער האבן געהאט א געלעגנהייט פארצושטעלן זייער צד, אבער אנשטאט דעם האבן זיי באשלאסן צו באיקאטירן דעם קאמיסיע. האג' אמין אל חוסייני האט זיך אנטזאגט פון זיך מיט זיי צו טרעפן, און נאר אומאפיציעלע פערזאנען פון די אראבישע זייט האבן איבערגעגעבן די אראבישע מיינונגען.

דער קאמיסיע איז צוריקגעקומען קיין ענגלאנד אין 1937תרצ"ז און פארגעשטעלט די רעזולטאטן מיט זייערע החלטות וויאזוי צו לייזן דעם נושא. דער קאמיסיע האט פארגעשלאגן אז דער לאנד זאל צוטיילט ווערן. פאר די אידן האט געדארפט גיין א קליינער שטח: דער גליל אין צפון און א פּאַס אויף מעריב לענגאויס דעם צפון ברעג פון דעם ים התיכון. פאר די אראבער וועט גיין רוב שטח פון יהודה און שומרון און דעם גאנצן נגב מדבר. דער פלאן האט אויך אנטהאלטן אז די איינוואוינער פון ביידע צדדים זאלן זיך אוועקציען אריין אין זייער פארטיילטן שטח, כדי די באפעלקערונג זאל נישט זיין א פארמישטע.

די אראבער האבן קאטעגאריש אפגעווארפן דעם פלאן. ביי די אידן זענען די מיינונגען געווען צוטיילט. די אפיציעלע ענטפער פון די ציוניסטישע פירערשאפט איז געווען אז זיי זאגן דאס אפ וויאזוי עס איז פארגעלייגט, אבער זיי ווילן האלטן ווייטערדיגע געשפרעכן אויף א לייזונג.

סימפאטיע צו אידן נאכ'ן קריג: דער יו.ען. רעזאלוציע

טעקע:UNPartitionPlan.png
דער צוטיילונגס פלאן פון דעם 1947-תש"ז יו.ען. רעזאלוציע

נאך דער צווייטער וועלט קריג, ווען די וועלט האט זיך דערוואוסט פון די שוידערליכע טראגעדיע וואס איז באפאלן דעם אידישן פאלק, איז געווארן אן אויסערגעווענליכער סימפאטיקער שטימונג פון וועלט-מיינונג כלפי די ציוניסטישע אידעע.

די ענגלישע, וועלכע האבן געליטן נאר צרות פון דעם גאנצן מאנדאט, האבן זיך שוין געוואלט זען אינדרויסן פון דעם. זיי האבן איבערגעגעבן פאר'ן ניי געבוירענעם יו.ען., דער נאכפאלגער פון דער ליגע פון פעלקער, צו מאכן א באשלוס איבער די נושא פון דעם לאנד'ס הערשאפט. אין מאי 1947-תש"ז האט דער יו.ען. געשטעלט אן אויספארשונגס קאמיטע וואס איז באשטאנען פון עטליכע לענדער אויף אויפצוקומען מיט א החלטה. דער קאמיטע איז אויפגעקומען מיט א נייע צוטיילונגס פלאן און דאס געשטעלט פאר די יו.ען. מיטגלידער צו שטימען אויף דעם.

לויט'ן פלאן וואלטן די אידן באקומען 55% פון דעם שטח פון דער מאנדאט: רוב פון דעם גליל און דעם נגב מדבר. די אראבער וואלטן באקומען רוב פון די צענטראלע חלקים פון דעם לאנד. ירושלים וואלט געבליבן אונטער אינטערנאציאנאלע הערשאפט.

די שטימען זענען פארגעקומען דעם 27סטן נאוועמבער. א מערהייט פון 33 קעגן 13 האט געשטימט לטובת דעם פלאן.

די 33 לטובת זענען געווען: אויסטראליע, בעלגיע, באליוויע, בראזיל, בעלארוסיע, קאנאדע, קאסטא ריקא, טשעכיי, דענמארק, דאמיניקאנישע רעפובליק, עקוואדאר, פראנקרייך, גוואטעמאלע, האַיטי, איסלאנד, ליבעריע, לוקסעמבורג, האלאנד, ניו זילאנד, ניקאַראַגוואַ, נארוועגיע, פּאַנאַמאַ, פּאַראַגוויי, פערו, פיליפינען, פוילן, שוועדן, דרום אפריקע, אוקריינע, די פאראייניגטע שטאטן, דער סאוועטן פארבאנד, אורוגוויי, ווענעזוועלע.

די 10 אנטקעגן זענען געווען: אפגאניסטאן, קובא, עגיפטן, גריכנלאנד, אינדיע, איראן, איראק, לבנון, פאקיסטאן, סאודי אראביע, סיריע, טערקיי, תימן.

אויך האבן צען לענדער זיך צוריקגעהאלטן: ארגענטינע, טשילי, כינע, קאלאמביע, על סאלוואדאר, עטיאפיע, האנדוראס, מעקסיקא, יוגאסלאוויע, דאס פאראייניגטע קעניגרייך. איין לאנד, טיילאנד, איז נישט געווען ביים שטימען.

די אראבער האבן גלייך אפגעווארפן דעם פלאן. רוב פון די אידישע איינוואוינער, אריינגערעכנט די ציוניסטישער פירערשאפט פון דער "סוכנות" (אידישע אגענטור), כאטש נישט גענצליך צופרידן, האבן עס אנגענומען.

דער קריג פון 1948

אראבישע אטאקע אויף ישראל, טאג נאכן גרינדונג

אויף מאי 18, 1948, האט דוד בן גוריון דערקלערט דאס זעלבסטשטענדיגקייט פון מדינת ישראל. אייניגע שטונדע דערנאך האבן די ארמייען פון פינף אראבישע לענדער -- מצרים, סיריע, ירדן, איראק, און לבנון -- אנגעגריפן דעם נייעם לאנד מיט'ן דערקלערירטן ציל צו "אריינשטופן די אידן אין ים אריין". זיבן מאנאטן האבן די שלאכטן אנגעהאלטן, מיט פילע פון די ישראל'ישע סאלדאטן ניי-געקומענע אימיגראנטן פון די שארית הפליטה פון חורבן אייראפע. דער קריג האט זיך אויסגעלאזט מיט א נצחון פאר מדינת ישראל, וועלכע האט צוגענומען פיל מער שטח ווי דער ארגינעלער יו.ען פלאן וואלט איר געגעבן. אלץ רעזולטאט פון דעם קריג זענען 700,000 אראבער אנטלאפן אדער פארטריבן געווארן פון זייערע היימען אין דעם ניי-געבוירענעם אידישן לאנד, און זיי זענען געווארן פליטים אין לאגערן אין מערב ברעג פון פאלעסטינע, אין ירדן, לבנון, און דער עזה פאס. דער קריג איז גערופן געווארן דורך מדינת ישראל דער זעלבסטשטענדיגקייט קריג, אדער מלחמת עצמאות. ביי די אראבער ווערט עס אנגערופן "אל נאקבא", אדער דער קאטאסטראפע.

אין 1949 זענען געשלאסן געווארן קריגס-אפשטעל אפמאכן צווישן מדינת ישראל און די אנגרייפנדע לענדער, אבער נישט קיין שלום אפמאך. א קריגס צושטאנד האט נאך ווייטער אנגעהאלטן אויף א קלענערן פארנעם, צוליב די אומגעלייזטע פראבלעמען פון אנערקענטע גרעניצן, די אראבישע פליטים און זייערע צוריק-קער רעכטן, און דער סטאטוס פון ירושלים.

דער סיני מלחמה

אין 1956 האט גאמאל אבדול נאסער, דער פרעזידענט פון עגיפטן, נאציאנאליזירט דעם סועץ קאנאל, און פארבאטן דעם דורכגאנג פאר ישראל'ישע שיפן. דער קאנאל איז געווען א וויכטיגער וואסער שאסיי פאר אינטערנאציאנאלע באנוץ, וועלכע איז געבויט געווארן, און האט טיילווייז באלאנגט, פאר דעם פאראייניגטן קעניגרייך און פראנקרייך. אין א פאראייניגטע אקציע האבן די דריי לענדער, מדינת ישראל, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, און פראנקרייך, אטאקירט עגיפטן און איינגענומען די שטחים פון מדבר סיני און דער עזה פאס. נאך אינטערווינירונג דורך דער יו.ען. האבן זיך אלע דריי ארויסגעצויגן.

זעקס טעג מלחמה

אין מאי, 1967, האט עגיפטן מאביליזירט אירע ארמייען נעבן ישראל'ס דרום גרעניצן, און אפגעשפארט די שטרייטן פון טיראן און דער גאלף פון אקאבא, דערביי צוריקהאלטנדיג ישראל'ישע שיפן פון א וועג קיין אזיע און מזרח אפריקע. נאסער, דער עגיפטישע פרעזידענט, האט געטריבן די רהעטאריק אין די אראבישע וועלט איבער דאס גראנדיעזע פלאן פון א פאראייניגטע אראבישע פאלק וואס וועט צוזאמען באקעמפפן און פארניכטן דעם אידישן לאנד. אין דער זעלבער צייט האבן סיריע און ירדן אויך מאביליזירט זייערע כחות אויף זייער גרעניצן מיט מדינת ישראל, און עס האט אויסגעזעהן קלאר אז אט וועלן זיי צוזאמען אנגרייפן.

די ישראל'ישע רעגירונג האט באשלאסן נישט צו ווארטן, און אין דעם פרימארגן פון יוני 6 האבן ישראל'ישע לופט כחות אין איינציגע שטונדן פארניכטעט די עראפלאנען און לופט פעלדער פון דעם עגיפטישן ארמיי בשעת די פילאטן האבן נאך געגעסן פרישטאג. אויך אין צפון און אין מזרח האבן זיי שנעל איינגענומען די פאזיציעס פון די סירישע און ירדנישע כחות. דער קריג האט געדויערט נישט מער ווי זעקס טעג, און ביים ענדע האבן די ישראל'ישע כחות געהאט איינגענומען ניי שטחים פון אלע דריי לענדער ארום: די גולן בערג אין צפון, דער עזה פאס און מדבר סיני אין דרום, און -- דאס גרעסטע געווינס -- דעם גאנצן מערב ברעג פונ'ם ירדן, אריינגערעכנט מזרח ירושלים מיט'ן הר הבית און כותל המערבי.

יום כיפור מלחמה

Postscript-viewer-blue.svg יום כיפור מלחמה

מלחמה אין לבנון

Postscript-viewer-blue.svg צווייטער לבנון מלחמה

שלום מיט ירדן

דער צווייטער אינטיפאדע

דער צווייטער אינטיפאדע האט אנגעהויבן ערב ראש השנה תשס"א און האט געדויערט ביז תשס"ה. במשך דער צייט זענען געהרגעט געווארן 1100 ישראלדיקער און 5500 פאלעסטינער, ווי אויך 64 פרעמדע. די ישראלים האלטן אז דער אינטיפאדא איז א כוואליע פון פאלעסטינער טעראריזם געפירט דורך יאסיר אראפאט. די פאלעסטינער האבן אטאקירט צה"ל זעלנער, פאליציי און ציווילע בירגער, געהאלטן זעלבסטמארד אטאקעס און געשאסן קאסאם ראקעטן קיין ישראל.

זעט אויך

מוסטער:מיטל מזרח קאנפליקט

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!