רוי:ט' ניסן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ט' ניסן איז דער ניינטער טאג פונעם זיבעטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניינטער טאג פונעם ערשטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- קרבן פון אבידן בן גדעוני, דער נשיא פון שבט בנימין
- פורים שני אין קארפינטראץ, פראנקרייך[1]
געשעענישן
- ה'קפ"א - אויספיר פון די "ווינער גזירה", ווען די איבערגעבליבענע אידן פון שטאט, אין צאל פון ארום צוויי הונדערט, זענען אומגעברענגט געווארן אויפ'ן שייטער הויפן
- ה'תרי"ט - בלוט בלבול אין גאלאץ, וואו אידן זענען געווארן אטאקירט דורך גויים
- ה'תרס"ג - אויסגעבראכן דער קעשענעוו פאגראם
- ה'תש"ח - מלחמת העצמאות: אנהייב פון "מבצע אברהם"
געבוירן
- ה'תרצ"ד - רבי דוב בערל וויין, א אמעריקאנער שרייבער און רב פון 'בית הכנסת הנשיא' אין רחביה, ירושלים
יארצייטן
- ה'שצ"ז - רבי יוסף יוזפא האן, א פוסק פון פראנקפורט, מחבר פון "יוסף אומץ"
- ה'תקצ"ה - רבי שמואל טיקטינסקי, גרינדער און ערשטער ראש ישיבה פון מירער ישיבה
- ה'תשכ"ט - רבי אריה לעווין, דער "רב פון די ארעסטאנטן" (געבוירן ה'תרמ"ה)
- ה'תשל"ב - רבי חיים מאיר האגער, דער וויזשניצער רבי, בעל "אמרי חיים" (געבוירן ה'תרמ"ח)
- ה'תשמ"ג - שאול ליבערמאן, א בארימטער חוקר התלמוד אין די פאראייניגטע שטאטן
רעפערענצן
- ↑ מען האט געהאט א באזונדערן סדר התפילה פאר דעם טאג, מיט פיוטים, על הניסים, הלל און קריאת התורה.