רוי:זלמן שזר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
זלמן שזר

זלמן שזר (ארויסגעזאגט שאַזאַר), ארגינעלער נאמען שניאור זלמן רובאשאוו (24סטן נאוועמבער 1889 - 5טן אקטאבער 1974) איז געווען דער דריטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, א שריפטשטעלער, א דיכטער און א היסטאריקער. געווען פון די אנגעזענע פערזענליכקייטן צווישן די ציונים, א חבר כנסת און די ערציאונגס מיניסטער אין דער ערשטער ישראל רעגירונג.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין שטעטל מיר, גראדנער גובערניע, אין דער דעמאלסטדיקער רוסלענדישער אימפעריע, אין 1889, צו א חסידישער חב"ד פאמיליע. אלס קינד האט ער זיך שוין באקענט מיט העברעישע ליטעראטור. אין 1903 אלט זייענדיק 14 יאר, האט ער שוין רעדאגירט א מאנאטליכע ציוניסטישע אויסגאבע, שזר האט זיך אנגעשלאסן אין די פועלי ציון פארטיי ביי די זעכצן יאר.

אין יאר 1920 האט ער חתונה געהאט, צו זיין ווייב רחל קאצענעלסאן. אין 1924 האט ער געמאכט עליה מיט זיין ווייב, און ער איז גלייך אריין אין דער לאקאלער פאליטיק פון די מפא"י, און א שרייבער אין די צייטונג דבר, א צייטונג ארויסגעגעבן דורך די אלגעמיינע ארבעטער פאראיין.

אין 1963, נאכן טויט פון יצחק בן-צבי, איז שזר אויפגענומען געווארן פאר פרעזידענט, ער איז געווארן איינגעשוואוירן 21סטן מאי 1963. אין 1968 איז ער ווידערוויילט געווארן צו א צווייטער קאדענציע.

שזר איז אוועק אין 1974, און אין זיין אנדענק האט מען אויפגעשטעלט דעם "זלמן שזר צענטער פאר יידישע שטודיעס", און זיין בילד איז אויף די שטר פון 200 ניי שקל.

ער האט שטענדיק געהאט א ספעציעלע פארבינדונג מיט ליובאוויטש, און פלעגט קומען צו התוועדות אין כפר חב"ד, ווי אויך פלעגט שזר קומען באזוכן דער רבי ווען ער האט באזוכט אין ניו יארק.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!