רוי:ווילנער גאון

(אַריבערגעפירט פון רוי:הגר"א)
דער ווילנער גאון

רבי אליהו פון ווילנא, באַוואוסט אלס דער ווילנער גאון, אָדער דער גר"א ("הגאון רבינו אליהו") (ט"ו ניסן ה'ת"פ, 23סטן אפריל 1720י"ט תשרי ה'תקנ"ח, 9טן אקטאבער 1797) איז געווען אַ בארימטער גאון, איינער פון די גרעסטע גדולים פון זיינערצייט, און צוגלייך גרויסער מתנגד קעגן חסידות. ער איז אן אויסנאם אויטאריטעט ביים ליטווישן אידנטום, ביזן היינטיגן טאג.

זיין לעבן

דער ווילנער גאון איז געבוירן געוואָרן ט"ו ניסן ה'ת"פ צו זיין פאָטער ר' שלמה זלמן, אן אור-אייניקל פון רבי משה קרעמער און רבי משה רבקשׂ, און צו זיין מוטער טריינא.

לויט טייל איז זיין געבורטסאָרט געווען סעליץ, א דערפל נישט ווייט פון בריסק, פון וואו זיין מאמע האט געשטאמט. אנדערע זאגן אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין ווילנא. זיינע קינדעריאָרן האָט ער אבער זיכער פארברענגט אין ווילנא.

אינגלווייז האָט אליהו באַוויזן זיין נטיה צו לימוד. פון זיינע גאָר יונגע יאָרן האָט מען געזען אויף דעם קליינעם אליהו סימנים פון אַ עילוי'איש קינד, מיט אַ געבענטשטן מוח, וואָס כאַפּט אויף און פאַרשטייט אַלעס. די מלמדים זענען געוואָרן אומנויטיג פאַרן יונגן עילוי, בשעת ער איז נאָך געווען אין עלטער פון אַ חדר אינגל.

אין עלטער פון זעקס אַ האַלב יאָר האָט ער געזאָגט אַ דרשה אין דער גרויסער ווילנער שול פאַר די גדולי העיר. יענעם שבת האָט אים פאַרהערט ר' העשיל, דער ראש בית־דין. ער האָט אים געבעטן צו זאָגן אַן אַנדער דרשה, וואָס ער האָט נישט געלערנט פריער מיט זיין טאַטן. אַלע בייוועזנדע זענען נשתומם געוואָרן פון זיין נייע דרשה, וואָס ער האָט צוגעגרייט אין איין שעה.

עס איז אָנגענומען, אַז ער האָט געלערנט תורה ביים גאון רבי משה מרגליות, דעם פאַרפאַסער פונעם ספר פני משה אויף תלמוד ירושלמי, אין דער שטאָט קיידאַן.[מקור פארלאנגט] זייענדיק אין אַ גאָר יונגן עלטער האָט ער דאָרט געטראָפן זיין שידוך מיטן מיידל חנה, די טאָכטער פון ר' יחיאל פון קיידאַן.

זיין פרוי האָט אים גאָר ערליך און געטריי באַדינט און אַלץ געטון אַז איר מאַן זאָל קענען בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט. עס ווערט דערציילט, אַז דער גאון האָט זיך נישט אַריינגעלייגט אין בעט משבת לשבת, נאָר עוסק געווען בתורה מיט אַן אַבנאָרמאַלער התמדה יומם ולילה ממש.[מקור פארלאנגט]

דער גאון האָט זיך באַזעצט אין ווילנא און דאָרט געהאָרעוועט אויף תורה, און זיין נאָמען האָט זיך צעטראָגן איבער דער ליטא אַלס אַ זעלטענער גאון און פּוסק, באזיצנדיג אַ גאונישן קאָפּ, אַ ברייטן און טיפן פאַרשטאַנד, האָבן זיינע קורצע פּסקים באַקומען אָנערקענונג אומעטום.

די שטאָטלייט האָבן אים געוואָלט אויפנעמען פאַר רב אין ווילנא, ער האָט דאָס אָבער אָנגעזאָגט, זאָגנדיג אַז ער וויל בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט און נישט זיין אָנגעוויזן אויף דער קהילה.

דער ווילנער גאון האט פארמאגט אַ קליינעם נאנטן קרייז פון תלמידים.

קעגנערשאַפט צו חסידות

די חסידות, די באַוועגונג וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורכן בעש"ט, האָט זיך אין דער צווייטער העלפט פונעם 18טן יאָרהונדערט זייער פאַרברייטערט און זיך פארשפרייט אויך אין ליטא.

א ריי חרמות זענען פּראָקלאַמירט געוואָרן פון ווילנא און בראד און אַנדערע ליטווישע קהילות. דער גאון האט געשפילט א וויכטיגע ראָלע אין די געשעענישן.

דער קאַמף האָט נישט אָפּגעשטעלט די פאַרברייטונג פון דער חסידות אין ליטא, און נאך עטליכע צענדליג יאר האט זיך דער מלחמה אפגעשטעלט. ס'רוב פון ליטווישן אידנטום זענען אָבער געבליבן מתנגדים, און די פיגור פונעם גאון, זיין כאַראַקטער, איז זייער סימבאָל ביזן היינטיגן טאָג.

זיין דרך הלימוד

דער דרך הלימוד פונעם ווילנער גאון איז געווען פּשט און עיון אינאיינעם, נישט ווי דער לומד'ישער דרך הלימוד. דער גאון איז אויך געווען שטאַרק קעגן דאָס לערנען אויפן דרך פון פלפול און מאַכן געדרייטע פשט'לעך. זיין גאַנג איז געווען עמקות אין פּשט, מיט בקיאות, לערנענדיג בלויז די מפורשים, רש"י, תוספות, רא"ש און רי"ף.

דער גאון אין אלע חכמות

חוץ פון זיין זעלטענער בקיאות אין די גאַנצע תורה, אָנגעהויבן פון בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, מכילתא און אַלע מקצועות התורה. איז דער ווילנער גאון אויך געווען באקאנט אין וועלטליכע חכמות: מאַטעמאַטיק, אַסטראָנאָמיע, אַנאַטאָמיע און געווידמעט זיי עטליכע פון זיינע חיבורים.

לויט געוויסע האָט ער גוט געקענט כירורגיע און חכמת הרפואה, אָבער זיין פאָטער האָט אים פאַרבאָטן זיך צו פאַרטיפן דערין, כדי עס זאָל אים נישט שטערן פון לערנען.

משפחה

רבי אליהו האט געהאט אַכט קינדער פון זיין ערשטער ווייב, חנה:

  • חינה חיניץ (1748–1806)
  • פעסיא בתיה דונחין (געב' 1750)
  • רבי שלמה זלמן ווילנער (1758–1780).
  • רבי יהודה לייב ווילנער (1764–1816).
  • רבי אברהם ווילנער (1765–1808).
  • טויבא (1768–1812).
  • צוויי אנדערע טעכטער וועמענס נעמען איז אומבאַקאַנט.

זיינע ווערק

כאָטש דער גאון האָט געשריבן גאָר אַ סך חידושים און פאַרפאַסט צענדליגער חיבורים אויף אַלערליי מקצועות אין דער תורה, איז גאָרנישט געדרוקט געוואָרן אין זיין לעבן. ערשט נאָכדעם וואָס ער איז אַוועק פון דער וועלט האָבן זיינע תלמידים אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן זיינע חידושים און ספרים, וועלכע ציילן זיך צו איבער זיבעציג ספרים, אויף מקרא, משנה און גמרא, און אַנדערע מקצועות התורה.

אַ טייל פון זיינע ספרים:

  • ביאור הגר"א אויף ד' חלקי שלחן ערוך (עס איז אַריינגעדרוקט אינעם שלחן-ערוך)
  • ספר אדרת אליהו, פירוש הגר"א לתורה (באתר דעת)
  • סדר עולם רבא עם פירוש הגר"א
  • דבר אליהו אויף ספר איוב
  • דברי אליהו
  • נפלאות אליהו
  • קול אליהו

ס'איז דאָ פּירושים פונעם גר"א אויף: ספר יונה, משלי, שיר השירים, מגילת אסתר און רות.

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!