רוי:גיך פון ליכט
די גיך פון ליכט אין א וואקיום איז אן אוניווערסאלער קאנסטאנט וואס האט א ברייטע וויכטיגקייט אין פיזיק, מיטן גענויען ווערט 299,792,458 מעטער א סעקונדע, לויט דער דעפיניציע פון א מעטער.מען ניצט דעם סימבאל c פאר דעם קאנסטאנט.
לויט איינשטיינס ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט איז די גיך פון ליכט אין א וואקום די גרעסטע גיך מיט וואס ענערגיע, מאטעריע, א טיילכל און אינפארמאציע אין דער אוניווערס קען נאר פארן. אן אביעקט מיט מאסע קען נישט צוקומען צו דער גיך; א טיילכל אן מאסע, ווי למשל א פאטאן אדער א נייטרינא, פארט פונקט מיט גיך c. דער קאנסטאנט c באווייזט זיך אין דער בארימטער גלייכונג E=mc².
ווען ליכט פאר דורך א דורזיכטיקער מאטעריע ווי גלאז אדער לופט איז זיין גיך ווינציקער פון c.
אזוי ווי די שטערן זענען גאר ווייט פון דער ערד דויערט גאנץ א לאנגע צייט ביז ליכט פון א שטערן קומט און אין דער ערד. אפילו דאס ליכט פון דער זון דויערט מער ווי אכט מינוט אנצוקומען צו דער ערד.
מאקסוועלס גלייכונגען האבן פאראויסגעזאגט די גיך פון ליכט און אז ליכט איז אן עלעקטראמאגנעטישע כוואליע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!