רוי:בני-הית און בני-חית

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ביילייפיגע גרעניצן צווישן בני־הית, בני־חית און מערב כנען אין 15טן י"ה לויט מאַקס וויינרייך.

בני־הית און בני־חית זענען געווען צוויי צווייגן פון אשכנזים אין מיטל אלטער. די נעמען צייגן דעם אונטערשייד אינעם שטייגער פון אַרויסזאגן דעם אות "חית". דער חילוק צווישן די גרופּעס איז געווען אַ קולטורעלער: אין מנהגים און אין שפּראַך.

עטימאָלאָגיע

בני חֵת טרעפט מען אין ספר בראשית: דאָס איז געווען אַ פאָלק וואָס האָט פאַרקויפט די מערת המכפלה פאר אברהם אבינו, צו באַגראָבן שרה. פאַר אידישע ישובים אין דייטשלאנד זינט 15טן י"ה איז דאָס געווען אַ "שיבולת": "בני־הית" זענען געווען די וואָס האָבן אַרויסגערעדט דעם חית ווי הא, און אין מויל פון די "בני־חית" (אָדער "בני־כית") איז דער חית געווען אַזוי ווי כף. באַשרייבנדיג דעם דאזיגן דיפערענץ האט מען געמיינט די הברה פון לשון קודש, אָבער ס'האָט באַרירט אויך דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט פון טאָגטעגליכע שפראך.[1][2]

מקורות

דער חילוק איז געווען גוט באַקאַנט פאַר די רבנישע אויטאָריטעטן און אידישע לינגוויסטן אין 15טן-17טן י"ה, און עס זענען געבליבן עטליכע באַשרייבונגען פון דעם ענין. דיסקוטירנדיג וואריאציעס אין מנהגים, באַצייכענען די מחברים די געביטן וואו געוויסע מנהגים טיילן זיך, מיט די נעמען "תפוצת רינוס" ,"בני רינוס", "בני הית" קעגן "בני עסטרייך" און "בני חית" (אין אזעלכע ווערק ווי 'לקט יושר' פון א תלמיד פון תרומת הדשן, מהרי"ל, און 'מנהגי מהרי"ל' געשריבן דורך זיין תלמיד). צומאל ווערט באהאנדלט די לינגוויסטיק אַליין: ווען עס רעדט זיך וועגן די מנהגים פון הברה, פּאָעזיע אָדער עטימאָלאָגיע (אין 'תרומת הדשן', 'לקט יושר', און דורך רבי אליהו בחור און דער מהר"ם מינץ)[1][3][4][5].

לינגוויסטישע אונטערשיידן

דער הויפט לינגוויסטישער חילוק צווישן די ביידע גרופּעס איז געווען אַ פאָנעטישער. עס האָט באַרירט די הברה פון לשון קודש און אראמיש, ווי אויך דעם סעמיטישן קאמפאנענט באניצט אין די דייטש־באַזירטע שפראכן פון וועלכע אידיש איז ארויסגעוואקסן. די דייטשישע קאָמפּאָנענטן אין די דאָזיקע שפּראַכן פון זייער זייט האָבן אויך פאַרשידענע יסוד־דיאַלעקטן.

קאנסאנאנטן

אינעם קאָנסאָנאַנטיזם איז אממערסטענס געווען בולט דער חילוק אינעם אופן ארויסצוזאגן א חית, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען פאַר די צוויי גרופּעס אשכנזים. דער קלאנג פונעם סעמיטישן ח (לכאורה [ħ], דער שטימלאזער פארינגאלער פריקאטיוו (עב')) איז פארלוירן געגאנגען אין דער סביבה פון די אייראָפּעאישע שפראכן וועלכע פארמאגן דאס נישט. דער דאָזיגער פּראָצעס האָט זיך קלאר אָנגעהויבן אין די געגנטער וואָס די אשכנזים האָבן פון זיי געשטאַמט, דהיינו אין צרפת און מערב־כנען; עס האט זיך אבער אנדערש אויסגעשטעלט אויף מערב און אויף מזרח: צווישן די בני־הית איז דער חית געווארן פאנעטיש צונויפגעשמאלצן מיטן הא ([h]), און צווישן די בני־חית איז דער אות ארויסגערעדט געווארן ווי כף ([χ], [x]). חוץ פון די דירעקטע באשרייבונגען דערוועגן אין רבנישע און לינגוויסטישע ווערק (למשל, זלמן הנקדן, 1395), טרעפט מען אויך שפורן דערצו אין לאטיינישע טראנסקריפציעס און געגראמטע טעקסטן[1][6]. צום ביישפיל, טרעפט מען ביי רבי אליהו בחור אַ גראַם פון בלע־מכלה־גלח (זיין "הבדיל", 1514)[1]. ווי מען זעט אין דער דאָזיגער ווערק און פון אַנדערע ראיות, איז דער h־קלאַנג אינגאנצן נעלם געווארן אין געוויסע פאנעטישע סביבות אין מויל פון בני־הית (און זייערע גוי'אישע שכנים), וואס האָט באַרירט אויך דעם היסטאָרישן חית[1].

נאכפאלגן דערפון קען מען טרעפן ביזן היינטיגן טאָג, למשל, אינעם וואָרט "מעקן", וואָס איז אַריין אין אידיש פון דער שפראך פון די בני־הית. רבי אליהו בחור געבט אן אז דאס ווארט שטאמט פונעם שורש מ־ח־ק אין לשון קודש, און דער חית איז שפעטער געוואָרן שטום. אויך פארשידענע וואריאנטן פון פערזענליכע (בעיקר ווייבערישע) נעמען, ווי "רעלע" (פאַר רחל) אָדער "סימע" (פאַר שמחה), זענען אויפגעקומען פונעם זעלבן פראצעס[1][7]. עטליכע פאָרמעס מיט ח=h צי גאר ח=∅ זענען געבארגט געווארן און געבליבן אין דייטשע דיאלעקטן אויף די אמאליגע געגנטער פון די בני־הית, ווי Lehm פאַר לחם[1][8]: 120.

אן אנדער חילוק אין קאנסאנאנטן איז געווען אינעם שטייגער ארויסצורעדן דעם שין. די בני־חית האבן אפגעטיילט צווישן די סיבילאנטן [s] (סמך און שׂין) און [ʃ] (שין). דאקעגן, די בני־הית האָבן דעם דאזיגן אונטערשייד נישט געוואוסט און פלעגן זיי אלע ארויסזאגן ווי [s], ווי באמערקט דורך זלמן הנקדן. אן ענליכער פענאמען קען מען טרעפן אינעם ליטווישן אידיש, דהיינו דער סאבעסדיגער לאסן (ענ'); דאס האט אבער נישט קיין שייכות צו די בני־הית און האט זיך באזונדער אנטוויקלט[5].

וואקאלן

די שיטה פון וואָקאַלן אין לשון קודש פון די בני־הית איז געווען ענליך, אויב נישט גלייך, צו דער ספרד'ישער הברה. די סופרים פון בני־הית געגנטער האָבן געניצט די טבריה'ער נקודות, אָבער זיי האבן נישט אלעמאל געוואוסט וואו מוז מען שרייבן פתח און וואו קמץ, וואו סגול און וואו צירי[3]. לויט א טענה, אבער, איז אין אנהייב אזוי געווען אויך אין דער געגנט פון די בני־חית (ביזן סוף 14טן י"ה), און נאר שפעטער איז עס ביי זיי - און אויך ביי די בני־הית - געטוישט געווארן צום נוסח וואָס מיר רופן היינט די אַשכנזישע הברה[7][9].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 1.5 1.6 וויינרייך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכנז: די פּראָבלעם — און וואָס זי לאָזט אונז הערן. ייוואָ בלעטער 41: 102–123
  2. Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. Trans Philol Soc 89: 95–121
  3. 3.0 3.1 Katz D (1987) The proto dialectology of Ashkenaz. Language & Communication 7: 47–60
  4. Katz D (1988) Origins of Yiddish dialectology. Language & Communication 8: 39–55 : 9–37
  5. 5.0 5.1 Katz D (1993) East and west, khes and shin, and the origin of Yiddish. In: Israel Bartal I et al (eds) Studies in Jewish Culture in Honor of Chone Shmeruk: 9–37
  6. Neuberg S (2003) Noch einmal die Bney-Hes: (be)hesemen. Jiddistik Mitteilungen 29: 10–13
  7. 7.0 7.1 Beider A (2013) Bne Hes and Bne Ḵes. In: Khan G (ed) Encyclopedia of Hebrew Language and Linguistics, Vol I: 373-375
  8. Stern H (2000) Wörterbuch zum jiddischen Lehnwortschatz in den deutschen Dialekten. Max Niemeyer Verlag, Tübingen: vi+250 pp
  9. וויינרייך מ (1973) געשיכטע פון דער ייִדישער שפּראַך: באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן. ייוואָ, ניו יאָרק, אין 4 בענדער. (ציטירט פון Weinreich M (2008) History of the Yiddish Language, Yale University Press)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!