רוי:כנען (מיטל־עלטערישע לענדער)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

כנענים זענען געווען אַ קיבוץ יידן, וואָס האָבן געוואוינט אין סלאַווישע לענדער אין מיטל־אַלטער, פאַרן אָנקום פון אשכנזים, און האָבן גערעדט כנעניש, א סלאַווישע שפּראַך. די דאָזיקע לענדער האָבן באַקומען דעם נאָמען "כנען" אין דער יעמאָלטיקער ליטעראַטור. דער כנענישער שטח האָט געגרעניצט מיט אשכנז אויף מערב און יוון (די געגנט פון ביזאנטישע אידן) אויף דרום, און האָט צוויי חלקים: מזרח כנען און דער מערב כנען. אַלע כנענים זענען אויסגעמישט געווארן מיט אשכנזים.

די ליטעראַרישע מקורות

דער נאָמען "כנען" צו באַצייכענען סלאַווישע טעריטאָריעס איז ערשט דערמאָנט געוואָרן אין יוסיפון פּובליקירט אין איטאַליע אין 10טן יאָרהונדערט[1][2]. אויך פון די דאָזיקע צייטן איז באַוואוסט אַ בריוו, וואָס דערמאָנט "קהל של קייוב", ד.ה. פון דער הויפּטשטאָט פון קיעווער רוס.

געשיכטע און דעמאָגראַפיע

ביז היינטיגן טאָג איז עס ניט קלאָר פון וואַנעט זענען די כנענישע אידן אָנגעקומען אין סלאַווישע לענדער. אַפילו די גענעטישע שייכות צווישן מערב און מזרח כנען זענען ניט קלאָר. פריער האָט מען געטענהט, אַז די כנענים שטעלן מיט זיך פאָר אַ כוואַליע אימיגראַנטן פון מערב — פון אשכנז, וואָס שפּעטער צו זענען געווען אַריבער אויף סלאַווישע לשונות. פאָרשונגען פון דער לעצטער צייט האָבן אָנגעוויזן, אַז לפּחות מזרח כנענים האָבן בפירושע שייכות צו ביזאַנטישע אידן.[3][4]

די צאָל כנענים איז געווען גאָר ווינציק. לויט איינער אַ פאָלקסציילונג אין 16טן י.ה. האָבן אין מזרח געוואוינט בערך עטליכע הונדערטער משפּחות. די אַבסאָרפציע פון אָרטיקע אידן דורך אשכנזים האָט זיך אָנגעהויבן פריער אין מערב כנען, אַזוי אַז אין 16טן י.ה. איז די קהילה דורכויס געווען אשכנזיש. די מיגראַציע פון אשכנזים אין מזרח כנען האָט אָנגעהויבן שפּעטער, אין 15—16 י.ה. און געמישטע קהילות פון כנענים און די נייערע אימיגראַנטן זענען באַוואוסט ביזן ערשטן טייל 17טן י.ה.[5]

די כנענישע שפּראַכן

די כנענים האָבן גערעדט משמעות סלאַווישע שפּראַכן. אין מערבדיקן כנען איז די שפּראַך געווען באַזירט אויף טשעכיש, אַז עס ווייזן אויף די וויכטיגסטע גלאָסעס אין די טעקסטן פון אור זרוע און ערוגות בושם פון 13טן יאָרהונדערט און אויך אין רש"י[6]. אין די דאָזיקע מקורות און אין אַנדערע טעקסטן שטאַמענדיקע פון בעהמען איז פאַרשפּרייט די פאָרמולע "בלשוננו לשון כנען", וואָס מאַכט קלאָר אַז דאָס איז געווען זייער טאָגטעגליכע שפּראַך. אָטאָ די גלאָסעס זענען פון די פריערסטע טעקסטן אויף דער טשעכישער שפּראַך, אַן אמתער אוצר פאַר די פאָרשער פון טשעכיש, הגם מ'ווייס גענוי ניט, צי ס'זענען דאָ געווען חילוקים צווישן די לשונות פון אידן און גויים[7].

הברה

די הברה פון לשון קודש ביי די כנענים איז געווען בפירוש אונטערשידלעך פון דעם אשכנזישן אַרויסרייד. ווייניק פּרטים זענען באַוואוסט פון מערב כנען, אָבער פון רוס איז דאָ אַ רייכער מאַטעריאַל פון איבערזעצונגען אין סלאַווישע אותיות, וואָס זענען צוגעגרייט געוואָרן אין דער שותפות מיט אָרטיקע אידן[8]. באַזירט על־פּי רוב אויף דעם, וויאַזוי זענען איבערגעגעבן די פּערזענליכע נעמען האָט מען געקלערט, אַז דער וואָקאַליזם פון לשון קודש פון מזרח כנענים איז געווען ענליכער צום ספרדישן אַרויסרייד[9]:

  • די סגול און צירה באַצייכענען דעם זעלביקן e-קלאַנג;
  • די פתח און קמץ גדול האָבן געהאַט גלייכע a-רעאַליזאַציע;
  • חולם און קמץ קטן באַצייכענען דעם o-קלאַנג;
  • שווא ווערט איבערגעגעבן דורך כלערלייאיקע סלאַווישע וואָקאַלן אָדער צומאָל בלייבט גאָר שטום.

די וויכטיגסטע שטריכן פון די רעאַליזאַציעס פון קאָנסאָנאַנט אותיות זענען אַזוינע[9][10]:

  • די כּף און קוף באַצייכענען דעם גלייכן k-קלאַנג;
  • די כף און חית ווערן כסדר איבערגעגעבן אין סלאַווישע טראַנסקריפּציעס מיטן אות х;
  • צדיק באַצייכענט בפירוש אַ t͡s-קלאַנג;
  • דער תוו האָט געקלונגען אַזוי ווי תּוו.

רעפערענצן

  1. וויינרייך מ (1973) געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך: באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן. ייוואָ, ניו־יאָרק, אין 4 בענד
  2. Taube M (2010) Transmission of scientific texts in 15th-century Eastern Knaan. Aleph 10: 315–353
  3. Kulik A (2008) Judeo-Greek legacy in medieval Rus’. Viator 39: 51–64
  4. Kulik A (2011) The Jews of Slavia Graeca: the northern frontier of Byzantine Jewry? In: Bonfil R, Irshai O, Stroumsa GG, Talgam R (eds) Jews in Byzantium: Dialectics of Minority and Majority Cultures: 297–314
  5. Beider A (2001) A Dictionary of Ashkenazic Given Names. Avotaynu, 682 pp.
  6. Якобсон РО (1985) Из разысканий над старочешскими глоссами в средневековых еврейских памятниках. In: Jakobson R (ed) Selected Writings: Early Slavic Paths and Crossroads: 855–857
  7. Weinreich M (1956) Yiddish, Knaanic, Slavic: the basic relationships. In: For Roman Jakobson: Essays on the occasion of his 60th birthday, 11 October 1956: 622–632
  8. Taube M (2011) Jewish-Christian collaboration in medieval Slavic translations from Hebrew. In: Izmirlieva V, Gasparov B (eds) Translation and Tradition in "Slavia Orthodoxa": 26–45
  9. 9.0 9.1 Altbauer M (1992) The five biblical scrolls in a sixteenth-century Jewish translation into Belorussian (Vilnius Codex 262). The Israel Academy of Sciences and Humanities, 421 pp
  10. Aslanov C (2013) Judeo-Slavic, Hebrew component in. In: Khan G (ed) Encyclopedia of Hebrew Language and Linguistics

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!