רוי:אקצענט
אקצענט איז דער הברה וויאזוי פארשידענארטיגע מענשטן רעדן די זעלבע שפראך און דאך הערט זיך דאס אנדערש, ווייל זיי דרוקן אנדערש די הברה. אין אנדערע אקצענטן זענען דא חילוקים אין דער הברה און אין דער וועג ווי אזוי מען דרוקט די וואקאלן און די קאנסאנאנטן. "אקצענט" איז נישט דאס זעלבע ווי "דיאלעקט", וואס איז אויך כולל חילוקים אין וואקאבולאר און אין גראמאטיק.
אין אנדערע לענדער וואו מען רעדט דעם זעלבן שפראך, ווערן אפט די זעלבע ווערטער ארויסגעזאגט אנדערש. געווענליך קענען זיי זיך פארשטיין, אבער די צוהערער באמערקן ווי עס הערט זיך אנדערש. דאס קען, אבער מוז נישט, זיין א שוועריגקייט.
אויב אן אמעריקאנער הערט, למשל, ווי איינער רעדט ענגליש מיט א בריטישער אקצענט, קען ער אים פארשטיין, אבער ער קען אויך וויסן דערפון אז מסתמא קומט יענער פון בריטאניע.
דער וועג וויאזוי א מענטש זאגט ארויס די ווערטער קומט געווענליך פון דעם פלאץ וואו דער מענטש איז אויפגעוואקסן אלס קינד און פון דער וועג וויאזוי די מענטשן ארום אים האבן גערעדט.
אויב איינער האט זיך געלערנט צו רעדן דייטש, למשל, אין עסטרייך, קענען מענטשן פון דייטשלאנד מיינען אז ער איז אן עסטרייכישער-געבוירענער.
אפילו מענטשן פון דעם זעלבן לאנד קענען האבן אנדערע אקצענטן. אמאל קען מען וויסן אין וועלכן שטאט א מענטש האט געוואוינט אלס קינד, פון דער וועג וויאזוי ער רעדט. למשל, אויב מען הערט ווי איינער רעדט ענגליש מיט א ניו יארק אקצענט, קען מען פארשטיין אז מסתמא קומט יענער פון ניו יארק.
ווען א מענטש לערנט זיך אויס א נייעם שפראך, מאכט זיך אפט אז ער האט נאכאלץ דעם אקצענט פון זיין ערשטן שפראך. דורך דעם קענען אפט אנדערע מענטשן וויסן פונוואנעט דער מענטש קומט.
טייל מענטשן קענען זיך אויסלערנען א נייעם שפראך גענוג גוט אז זיי זאלן מער נישט האבן דעם אקצענט פון זייער ערשטן שפראך.
ווען מען לערנט זיך אויס א נייעם שפראך, קען מען פארמישט ווערן אויב מען הערט עס אין פארשידענע אקצענטן. עס איז לייכטער זיך צו לערנען א שפראך ווען מען הערט עס כסדר מיט'ן זעלבן אקצענט. איינמאל וואס מען קען שוין א שפראך גענוג גוט, קען מען שוין פארשטיין די פארשידענע אקצענטן וואס אנדערע מענטשן קענען האבן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!