רוי:אונגארישע רעוואלוציע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די אונגארישע רעוואלוציע, איז פארגעקומען אין יאר 1956, קעגן די קאמוניסטישע הערשאפט, און קעגן די איינפלוס פון די סאוועטן פארבאנד, אויף אונגארן. די רעוואלוציע איז פארגעקומען אין די מאנאטן פון אקטאבער, און נאוועמבער 1956. די רעוואלוציע איז אונטערגעברענגט געווארן, אויף א גאר ברוטאליש פארנעם, דורך די רויטע ארמיי, און 2,500 אונגארישע בירגער זענען אומגעקומען, און נאך 700 סאוויעטישע זעלנער זענען געווען צווישן די טויטע, און נאך טויזענטע זענען פארווונדעט געווארן. אומגעפער א פערטל מיליאן בירגער זענען אנטלאפן, און אלס פליטים, זיך באזעצט אין אנדערע לענדער.

צווייטע וועלט מלחמה

ווען די רויטע ארמיי האט איינגענומען אונגארן, ביי די ענדע פון צווייטער וועלט קריג, איז אונגארן אנגענומען געווארן אלס א לאנד, וואס האט צוגעהאלפן די נאציס, אנגעהויבן מיט מיקלאש הארטי, און פארגעזעצט מיט די פייל קרייץ.

אין 1948, האבן די קאמוניסטן איבערגענומען די פירערשאפט אין לאנד, און איינגעפירט א שווערע אינערן פאליטיק, כדי צו טוישן דאס לאנד צו א קאלעקטיווע, וואס האט אויפגעברויזט די באפעלקערונג, צו באהערשן די קאמוניסטן אויפן באפעלקערונג, איז אויפגעשטעלט געווארן די "געהיימע אונגארישע פאליציי", וואס האט אנגעזייט טעראר צווישן די בירגער.

אורזאכן צום אויפשטאנד

ווען סטאלין איז געשטארבן, האט געהערשט אין די קאמוניסטישע האריזאנט, די דע-סטאליניזאציע, ווי כרושטשאוו האט אנערקענט און פארדאמט די טעראריזם פון סטאלין, אין אונגארן האט דאס אויך געמיינט מאטיאש ראקושי, דער קאמוניסטישער דיקטאטאר. אימרע נאדזש איז געווארן פרעזידענט, פון 1953 ביז 1955, און ער האט דורכגעפירט עטליכע רעפארמען אין די פאליטיק.

אין פוילן, זענען אין יאר 1956, פארגעקומען עטליכע סטרייקן אין פויזן, פאר בעסערע אומשטענדן פאר ארבעטער. אין אקטאבער איז דער אלטער פוילישער רעגירער ערזעצט געווארן מיט וולאדיסלאוו גאמולקא, דאס האט געוויזן פאר די אונגארישע, אז עס איז דא א מעגליכקייט פאר א בעסערע צוקונפט.

לאסלא רייק, איז געווען א קאמוניסטישע פאליטיקער, וואס איז אומגעברענגט געווארן דורך די "אויסרייניגונגען" פון ראקושי, אין יאר 1949. ער איז אבער ריינגעוואשן געווארן, און א גרויסע לוויה איז דורכגעפירט געווארן דעם 6טן אקטאבער 1956. איבער 100,000 מענטשן האבן זיך באטייליגט, און פון די לוויה איז געווארן א מאסן דעמאנסטראציע, אנגעפירט בעיקר דורך סטודענטן.

די סטודענטן האבן פראטעסטירט, קעגן די אומשטענדן אין די אוניווערסיטעטן, און האבן אויפגעשטעלט סטודענטן גרופעס איבערן לאנד. די ארבעטער האבן נאכגעפאלגט, און זיי האבן אויפגעשטעלט ארבעטער פאראיינען.

אויסברוך פון רעוואלוציע

אום 23סטן אקטאבער, איז פארגעקומען א פראטעסט אין די גאסן פון בודאפעשט, מיט א ריזיגע באטייליגונג, אונגארישע זעלנער האבן אראפגעריסן זייער רויטע שטערן פון די מונדירן, און עס געווארפן צו די מאסן, און האבן מארשירט אינאיינעם מיט די פראטעסטירער. די פארלאנגען פון די פראטעסטירער, זענען געווען מעסיקע. די געהיימע אונגארישע פאליציי, האט אבער גענומען שיסן אויף די באטייליקער, און האבן אומגעברענגט אכציג פראטעסטירער. דאס האט געברענגט צו ווילדע ראיאטן, ווי פאליציי אויטאס זענען פארברענט געווארן, געווער איז פארטיילט געווארן, דורך די ארבעטער אין די וואפן פאבריקן.

די קאמוניסטן זענען געווען ביי די מיינונג, אז אט אט גייט זיך עס פארענדיקן, און רויקייט וועט צריק קומען. עס איז קלאר געווען אז רוסלאנד וועט אריינשיקן סאלדאטן, און צוריק איינשטעלן די קאמוניסטישע הערשאפט. אין די לעצטע פרווו, איז אימרע נאדזש, אויפגענומען געווארן אלס פרעמיער מיניסטער, און האט אריינגעשטעלט עטליכע פון זיינע מענטשן אין די רעגירונג, און פרובירט איינשטילן די געמיטער.

די פראטעסטירער האבן נישט איינערקענט אין נאדזש, וועלכע איז טאקע געווען א רעפארמיסט, אבער איז נאך אלץ געווען א קאמוניסט. וואפן פאבריקן זענען אטאקירט געווארן, און אמוניציע איז געגעבן געווארן פאר די אויפשטענדלער, וועלכע האבן אפגעווארט די רוסישע ארמייען.

צווישן דעם 23סטן אקטאבער, ביזן 3טן נאוועמבער, זענען פארגעקומען שלאכטן איבער לאנד. די רוסן האבן ארויסגעצויגן זייערע טרופן פון די הויפטשטאט, און דערנאך בארינגעלט די שטאט, גרייט צו אטאקירן. אלע פאליטישע ארעסטאנטן זענען באפרייט געווארן, און אלטע אומלעגאלע פארטייען זענען צוריק ארויפגעשווימען אויף די אויבערפלאך.

אום 27סטן אקטאבער האט נאדזש, אויפגענומען א נייע רעגירונג, און א געוויסער קאדאר, אלס אויסערן מיניסטער, א קאמוניסט וואס איז ריינגעוואשן געווארן, נאך באשולדיגונגען פון די פאליציי. ער האט פארגעשטעלט א פלאן, ווי די רעוואלוציאנערן וועלן איינערקענט ווערן אלס א פארטיי, און די רוסן וועלן זיך ארויסציען פון אונגארן. נאדזש האט אנערקענט אין אלע נייע פארטייען וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן, ער האט אויפגעלעזט די פארפיינטעטע געהיימע פאליציי. און דערקלערט די 15טן מערץ אלס נאציאנאלע חגא, לכבוד די רעוואלוציע. ער האט דערקלערט די ארויסטריט פון אונגארן, פון ווארשע פאקט. און דערנאך האט ער אויפגעשטעלט א קאאליציע, מיט אנדערע פארטייען, וואס זענען לעגאליזירט געווארן.

כרושטשאוו, וועלכע האט געזען דעם אונטערגאנג פון א קאמוניסטישע נאכשלעפער פון רוסלאנד, איז געווען אנטשלאסן צו אונטערנעמען שריט. אונגארן האט אויסגערופן צו די פאראייניגטע פעלקער, אז זי איז א דעמאקראטיש לאנד, און זיי זאלן קומען צו הילף צו אונגארן.

די פאראייניגטע שטאטן, האט נישט איינגעזען אין אונגארן א ניי אליאירט לאנד, זיי האבן פארשטאנען אז דאס איז, אן אינערליכער שטרייט אינערהאלב די קאמוניסטישע געמיינדע. צו דעם אלעם איז די מערב וועלט געווען פארטון אין אנדערע זאכן, אמעריקע מיט די פרעזידענטליכע וואלן, פראנקרייך און בריטאניע, מיט די סועץ קאנאל קריזיס.

אויפן 4טן נאוועמבער האבן די סאוועטן אטאקירט, מיט אן ארמיי, פון רומעניע, און פון טשעכאסלאוואקיי. די רעגירונג פון נאדזש איז צעפאלן, און ער און זיינע מענטשן, זענען אריינגעלאפן אין די יוגאסלאווישע אמבאסאדאר, און פארלאנגט אנערקענונג אלס פליטים, נאך עטליכע טעג זענען זיי ארויס, נאכדעם וואס מען האט אים פארשפראכן, אז מען וועט אים נישט טון קיין שלעכטס, ווי ער איז נאר ארויס, איז ער גענומען געווארן קיין רומעניע, דערנאך איז ער געברענגט געווארן צוריק אויף אונגארן, ווי ער איז פאראורטיילט געווארן צום טויט, דורך א געריכט.

נאכווייען

טויזענטע זענען אומגעקומען אין די שלאכטן, און קאדאר וועלכע איז אנטלאפן קיין מאסקווע פון אנהייב, איז צוריק און דערקלערט דאס אויפשטעלן א נייע רעגירונג. די רעוואלוציע איז אונטערגעברענגט געווארן אין דעצעמבער 1956, אבער אין 1957, זענען פארגעקומען מערערע סטרייקן, די סי-איי-עי האט באריכטעט, אז איבער 1,200, זענען הינגעריכטעט געווארן שוין נאכן ענדע פון די קאמפן.

די אונגארישע האבן פארדינט, די געהיימע פאליציי האט אויפגעהערט צו פונקציאנירן.

וועלטס רעאקציע

וואס די וועלט האט געזען אינעם רעוואלוציע, איז צעטיילט אין עטליכע מיינונגען, א טייל האבן געזען א פרווו צו ווערן א סאציאל דעמאקראטיע, אנדערע א קאמוניסטיש לאנד ווי יוגאסלאוויע, א טייל האבן געזען דאס לאנד געפירט דורך ארבעטער ראטן אלס אןאנארכיסטישע, די סאוועטן האבן געטענהט, אז עס איז א פרווו צוריק צושטעלן די פאשיסטן, ווי מיקלאש הארטי, און די פייל קרייץ.

די פאראייניגטע פעלקער, וועלכע האט זיך אריינגעמישט אין די סועץ מלחמה, האט געוויזן אז דריטע וועלט לענדער, און די קאמוניסטישע מדינות, קענען טון וואס זייער הארץ גלוסט, ביים גארנישט טון, אפצושטעלן די געוואלדטאטן.

היינט ווערן די רעוואלוציאנערן שטארק רעספעקטירט אין אונגארן. די קע גע בע וועלכע איז אריין נאכדעם וואס די געהיימע פאליציי איז געווארן פארשלאסן, האט זיך געפונען אין זעלבן געביידע פון די געסטאפא, און ביי די אונגארישע, ווערן ביידע פארעכנט אלס די זעלבע טעראר אנזייער, היינט איז דארט דא א מוזעאום, מיטן נאמען די טעראר הויז.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!