רוי:אדל די טאכטער פון בעל שם טוב
אָדל (ה'ת"פ-ה'תקמ"ז) איז געווען די טאכטער פון בעש"ט.
אָדל האט חתונה געהאט מיט ר' יחיאל אשכנזי מען האט אים גערופן ביי חסידים 'דער דייטשל', וויבאלד ער איז געקומען פון דייטשלאנד. ער ווערט פאררעכנט ביי חסידים ווי א צדיק נסתר, ער האט געהאט דריי קינדער פון אדל, א טאכטער פייגא און צוויי זין רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו דער בעל דגל מחנה אפרים, און רבי ברוך פון מעזשיבוזש.
דאס חשיבות פון אדל
אדל די טאכטער פון בעל שם טוב איז געווען באקאנט ביי חסידים אלס א גרויסע צדיקת, דער בעל שם טוב האט אמאל געזאגט אויף איר אז איר נשמה קומט פון די ריינע אוצר נשמות, זי איז מרומז אין פסוק א'ש ד'ת ל'מו. (דברים )
איר אייניקל רבי נחמן מברסלב האט אמאל געזאגט אז דעריבער האט זי דער בעל שם טוב געהאלטן חשוב ווייל זי האט שטענדיג געברענט צו טוהן גוטס, זי האט אייביג זיך געדרייט מיט מחשבות וואס נאך קען איך טוען א נחת רוח פאר השי"ת.
דער תלמיד פון בעל שם טוב, רבי נחמן האראדענקער, האט זיך משדך געווען די שוועסטער פון דעם צדיק ר' יצחק מדרוביטש, דער טאטע פון רבי מיכל מזלאטשוב. דער בעל שם טוב איז געווען דער שדכן, און האט אים געזאגט ווען דו וועסט האבן א קינד, און מיין טאכטער אדל וועט האבן א טאכטער וועלן מיר זיך משדך זיין, דאס וועט זיין שדכנות געלט. האט אים רבי נחמן האראדענקער געזאגט איך בין דאך א יחסן איך בין זיך מתייחס ביז דוד המלך, האט אים דער בעל שם טוב ארויסגענומען א כתב יחוס און געוויזן ער קומט אויך פון דוד המלך ע"ה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!