רוי:אביגיל הכרמלית
אֲבִיגַיִל הכרמלית איז געווען די פרוי פון נבל הכרמלי, און נאָך זיין טויט, די פרוי פון דוד המלך.
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. נאמען, געשיכטע, איר רעדע, פערזענליכקייט אין תנ"ך און חז"ל.
| ||
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. נאמען, געשיכטע, איר רעדע, פערזענליכקייט אין תנ"ך און חז"ל. | |
עריכה |
זי ווערט דערמאנט אין ספר שמואל א', קאַפּיטל כ"ה, און דערנאך ווייטער אין ספר שמואל. זי איז אין אנהויב געווען די פרוי פון א געוויסן גוטס-באזיצער אין ארץ ישראל מיטן נאמען נבל הכרמלי, וועלכער האט אויפגעברענגט דוד'ס צארן מיט זיין קארגשאפט און שלעכטקייט. ווען נבל איז געשטארבן, איז אביגיל געווארן די פרוי פון דוד המלך. אין תנ"ך ווערט דערציילט וועגן איר, אז זי איז געווען "טובת שכל ויפת תאר"[1], א קלוגע און א שיינע.
זי איז מיטגעגאנגען מיט דוד אין זיינע וואנדערונגען, און אין צקלג איז זי געפאנגען געווארן דורך עמלקים[2], פון וועלכע דוד האט איר שפעטער באפרייט. נאך די פטירה פון שאול המלך איז זי אריבער מיט דוד קיין חברון, וואו זי האט אים געבוירן זיין צווייטן זון, כלאב[3].
אין דער גמרא זענען פאראן פיל דרשות וועגן אביגיל, און זי ווערט פאררעכנט צווישן די שבע נביאות וואס זענען געווען ביי אידן[4] און פון די פיר שענסטע פרויען[5].
דרויסנדיגע לינקס
- אליקים כרמולי, אֲבִיגַיִל הַכַּרְמְלִית, אין: תולדות גדולי ישראל, מיץ: אפרים הדאמר, תקפ"ח. עמ' טז-יז
- "אֲבִיגַיִל", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק א, עמודים 36–37, אויף היברובוקס
שבע נביאות | |
---|---|
|
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!