רוי:אביגיל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער ארטיקל איז איבער דוד המלך'ס ווייב. אין תנ"ך איז פארהאן נאך א פרוי מיטן נאמען אביגיל, דערמאנט אין ספר שמואל ב', קאַפּיטל י"ז, אלס שוועסטער פון דוד המלך.

קבר האמהות
"קבר האמהות" אין טבריה, וואו עס ליגן - לויט שפעטערע מקורות - אביגיל נעבן בלהה, זלפה, יוכבד, צפורה און אלישבע.

אֲבִיגַיִל איז געווען די פרוי פון נבל הכרמלי, און נאך זיין טויט, איינע פון די ווייבער פון דוד המלך, און א נביאה.

Incomplete-document-purple.svg
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. נאמען, געשיכטע, איר רעדע, פערזענליכקייט אין תנ"ך און חז"ל.
הנכם מוזמנים להשלים את החלקים החסרים ולהסיר הודעה זו. שקלו ליצור כותרות לפרקים הדורשים השלמה, ולהעביר את התבנית אליהם.
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. נאמען, געשיכטע, איר רעדע, פערזענליכקייט אין תנ"ך און חז"ל.
הנכם מוזמנים להשלים את החלקים החסרים ולהסיר הודעה זו. שקלו ליצור כותרות לפרקים הדורשים השלמה, ולהעביר את התבנית אליהם. עריכה

זי ווערט דערמאנט אין ספר שמואל א', קאַפּיטל כ"ה, און דערנאך ווייטער אין ספר שמואל. זי איז אין אנהויב געווען די פרוי פון א געוויסן גוטס-באזיצער אין ארץ ישראל מיטן נאמען נבל הכרמלי, וועלכער האט געהאט אסאך סטאדעס שעפּסן נאר ער איז געווען זייער א קארגער מאן און ער האט נישט געוואלט שטיצן דוד המלך, ווען ער מיט זיינע מענטשן האבן געליטן נויט, אויפברענגט דוד'ס צארן. ווען נבל איז געשטארבן, איז אביגיל געווארן די פרוי פון דוד המלך. אין תנ"ך ווערט דערציילט וועגן איר, אז זי איז געווען "טובת שכל ויפת תאר"[1], א קלוגע און א שיינע, אין דער גמרא ווערט זי גערעכנט פון די פיר שענסטע פרויען אין דער וועלט[2]. זי איז געווען אַזוי שעהן אַז ווען דוד המלך האט איר באגעגנט ביינאכט רייטנדיג אויף אַן אייזל און זי האָט אויפגעדעקט איר ענקל, האט עס אזוי געלויכטן אז דוד איז געגאנגען דריי מייל אין דעם שיין פון דער ליכטיגקייט[3]

זי איז אויך געווען א צדיקת[4], און זי ווערט פאררעכנט צווישן די שבע נביאות וואס זענען געווען ביי אידן[5] זי האט געזען ברוח הקודש[6] און נביאות געזאגט אז איר מאן נבל וועט שטארבן, און זי האט גלייכצייטיג אָנגעדייטעט דוד המלך'ן ער זאל געדענקען איר שיינקייט[7].

ווען דוד האָט פאָרגעשלאָגן אביגיל'ן זי זאָל ווערן זיין ווייב, האט זי אים געענטפערט "הנה אמתך לשפחה, לרחוץ רגלי עבדי אדוני", אט איז דיין דינסט פאר א דינערין צו וואשן מיין האר'ס קנעכט'ס פיס, און זי איז געווארן זיין ווייב[8].

ווען דוד המלך האט גענומען נבל'ס אלמנה פאר א ווייב, האט ער זיך אפּגעשיידט פון איר דריי חדשים, און ערשט דערנאך האט ער אנגעהויבן לעבן מיט איר. ווען זי האָט אנגעהויבן טראגן, האבן לצים געמורמלט אז זי שוואנגערט פון נבל'ן. האט דער אלמעכטיגער באשאפן דעם קינד'ס פּנים ענליך צו דוד'ס. דערפאר האט מען אים גערופן כלאב — כל אב, ער זעט אויס אינגאנצן ווי זיין פאטער[9]

זי איז געווען פאר דוד המלך בעסער פון אלע קרבנות אין דער וועלט[10].

זי איז מיטגעגאנגען מיט דוד אין זיינע וואנדערונגען, און אין צקלג איז זי געפאנגען געווארן דורך עמלקים[11], פון וועלכע דוד האט איר שפעטער באפרייט. נאך די פטירה פון שאול המלך איז זי אריבער מיט דוד קיין חברון, וואו זי האט אים געבוירן זיין צווייטן זון, כלאב, וועלכער איז אויך באקאנט אלס דניאל[12].

אין דעם זעלבן ארט ווי דער גמרא רעכנט אויס אירע מעלות ווערט געמאכט פארוואורפן אביגיל, פארוואס זי האט אינזינען געהאט צו ווערן דוד המלך'ס פרוי נאך אין דער צייט ווען איר מאן האט געלעבט.

ביבליאגראפיע


רעפערענצן

  1. שמואל א' כה, ג
  2. מגילה טו, א
  3. זעט מגילה יד, ב און רש"י, תוספות ד"ה שגלתה; ילקוט שמעוני שמואל א, רמז קל"ד.
  4. זעט תוספות מגילה יד, ב ד"ה שגלתה
  5. מגילה יד, א און זעט רש"י דארט יד, ב ד"ה לפוקה; מדרש הגדול, בראשית יא, כט; מדרש הגדול, שמות 9; מדרש שלשה וארבעה, אות נז אין אוצר המדרשים; בחיי בשלח כח, ב.
  6. ספרי זוטא כז, יב
  7. רש"י בבא קמא צב, ב ד"ה כאשר ייטב (עס וואלט געדארפט שטיין והטיב, ווי אין פּסוק שטייט "והטיב ה'", זעט שמואל א' כה, לא)
    אגב, זעט: בבא מציעא קטו, א; סנהדרין כא, א; תוספתא סנהדרין פּרק ד, 5; ספרי שופטים, פּיסקא קנט וועגן "לא ירבה לו נשים", אפילו כאביגיל.
    אין תרגום יונתן און אין רש"י דברים יז, יז שטייט אז א מלך טאר נישט האבן מער פון אכצן ווייבער, די צאל ווייבער וויפיל דוד המלך האט געהאט.
  8. שמואל א', כה, פּסוקים מא און מב.
  9. מדרש תנחומא פרשת תולדות פיסקא ו'; רבינו בחיי אנהויב פּרשה תולדות.
  10. זעט אין ילקוט שמעוני שמואל א, רמז קל"ה וואס דאס מיינט.
  11. שמואל א' ל, ה
  12. שמואל ב' ג, ג; דברי הימים א' ג, א; ברכות ד, א
Asereth Haddibberoth.png דער ארטיקל בנוגע תנ"ך איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.