טעמע אין בלאט שמועס:אלעזר הכהן

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

געבורט/טויט גוי'שע דאטום

7
האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

צמא לדעת, יא? ס'איז וויכטיג? (אגב, וויאזוי בין איך מקשר צו א געווויסע פריערדיגע געוועזענע/אדער יעצטיגע ווערסיע?)

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אויב שוין, פון וואו איז טאקע דער מקור צו די יארן?

אין במדבר רבה, פרשה ג', פסקה ז' שטייט אז ער איז געווען "בן שלשים שנה או יותר" ווען עס איז ארויס די גזירה פון מתי מדבר.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

זעט דעם שמועס וואס איך האב געעפנט אויף העברי. עס זענען פארהאן עטליכע מקורות אויף אנדערע צייטן; אויף שנת ב'תל"ט ספעציפיש, נישט פריער און נישט שפעטער, איז נאכנישט געפונען געווארן קיין מקור. אויך אויב וועט זיך טרעפן אזא מקור, איז עס שוין נישט אזא גלאטע זאך וואס דארף צו שטיין בסתמא אין אינפא-קעסטל.

און איינמאל דער שנת לידה גייט אראפ, און דער גיל קען זיך שוין סייווי נישט רעכענען, קענען די למספרם יארן אוודאי אראפגיין.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

איך האב דאס געזען.

ייש"כ

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

נישט וויכטיג (לדעתי), כ'האב נאר געוואלט אז ס'זאל זיך צולייגן דער גיל ("אלט 77 בערך"). מעגליך אז דאס איז צייטווייליג; כ'האף עס צו מאכן רעכענען אויך מיט אידישע דאטומען אליין.

ווען איר גייט צום היסטאריע פון א בלאט, און איר דרוקט אויף "פאריגע", קומט איר אן צום קישור וואס פארגלייכט די ווערסיעס.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

יא, אבער ווען איך שרייב צו דיר למשל, און איך וויל פארצייכענען צו א געוויסע ווערסיע,אין א געוויסע ארטיקל, וויאזוי טוה איך דאס?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען אייער פראגע, ווען איר גייט צום היסטאריע פון בלאט, אנשטאט צו דרוקן אויף "פאריגע" קענט איר דרוקן אויפ'ן דאטום ("10 מערץ 2023‏") וואס שטייט דערנעבן, וועט איר אנקומען צום בלאט פון יענע ווערסיע.

סיי צו וואס איר קומט אן, וועט שטיין דער קישור פון אויבן פון אייער בראוזער (דפדפן), דארט וואו איר לייגט אריין אנצוקומען צו המכלול. קאפירט דעם קישור פון דארט און שטעלט עס אריין וואו איר ווילט.