המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל/6

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

Source editor logo.svg

רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס

פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל

לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן

שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט

שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים

כללים
פארשידענע מאָסנאַמען

ענדע
גייט ארויס אין וועג



באציאונגען צווישן די שרייבער

אויף המכלול זענען פארהאן נאך רעדאגירער, יעדער מיט פארשידנארטיגע מיינונגען און השקפות. עס איז גאר וויכטיג צו אָנהאַלטן א געשמאקע און פאָזיטיווע אטמאספער צווישן די חבורה פון שרייבער און געדענקען אז שרייבן אין המכלול ווערט געטון וואלונטעריש. דערפאר איז ריכטיג זיך צו באציען צו אנדערע באניצער בכבוד'דיג, נישט טשעפען אנדערע און קיינמאל קיינעם אטאקירן פערזענליך.

נייטראלע בליק

אין המכלול איז דא מערערע פרינציפּן און ריכטליניעס איבער שרייבן ארטיקלען. א וויכטיגע פרינציפּ איז צו אָנהאַלטן א נייטראלע בליק - ארטיקלען קענען נישט געשריבן ווערן איינזייטיג און עס מוז דערמאנט ווערן אלע פארשידנארטיגע מיינונגען. ביים שרייבן ארטיקלען איבער טעמעס וואס זענען שנוי במחלוקת, ווי השקפה'דיגע ארטיקלען, איז פילפאכיג וויכטיגער זיך צו האלטן דערצו, און זיכער מאכן אז איר לייגט נישט אריין אייגענע מיינונגען. צום ביישפיל, ווען איר שרייבט איבער א געוויסע שטרעמונג וואס איר אדער אייער קהלה איז בעד אדער דערקעגן, דארף די פולע היסטאריע ווערן אויסגעשמועסט, אירע מנהיגים און וואס זיי שטעלן פאָר, און עס אהערשטעלן ווי איינס פון מערערע שיטות בדרך התורה, אויף אן אופן פון אלו ואלו דברי אלקים חיים. אויב האט איר נישט די מעגליכקייט צו שרייבן אויף אזא וועג טעמעס וואס זענען שנוי במחלוקת, געדענקט אז עס איז דא א ריזן אויסוואַל פון אנדערע טעמעס וואס זענען ווייניגער פראוואצירנד וואס ווארטן געשריבן צו ווערן.

זכויות יוצרים

עס איז גענצליך פארבאטן צו קאפירן פון אנדערע וועבזייטלעך אדער אנדערע מקורות אן ערלויבעניש פון די קאפירעכט האלטער! אויב זענט איר אומזיכער, קענט איר פרעגן פון אנדערע אין די דיסקוסיע בלאט איבער דעם נושא.