המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל
טיפ
איר קענט אייביג צוריקקומען צו דעם בלאט אינעם פאלגנדן וועג:
גייט צו המכלול:ברוכים הבאים דורך דעם "ברוכים הבאים" לינק אינעם רעכטן נאוויגאציע באר און דריקט אויפן אינסטרוקציעס צו רעדאגירן קנעפל.
ברוכים הבאים צו די שטאפל ביי שטאפל אנווייזונגען אין המכלול, די ענציקלאָפּעדיע וואס ווערט געמיינזאם געשריבן צווישן אונז. איר זענט אויך געלאדענט צו שרייבן אין איר. די פאלגנדע אנווייזונגען זענען צוזאמגעשטעלט פון א זאמלונג פון איינציגווייזע שטאפלען, און שטעלט פאָר די פונדאמענטאלע מעגליכקייטן און די אינפארמאציע וואס פארלאנגט זיך צו שרייבן אין המכלול.
עס איז וויכטיג צו געדענקען אז די אנווייזונגען שטעלט פאָר נאר דעם שפיץ גאפל, און נישט אלע טעכנישע מעגליכקייטן. אויב איר וועט זיין אינטערעסירט אין מער און ברייטערע אינפארמאציע, קענט איר ליינען די אויספירליכע הילף בלעטער פון המכלול (דער הילף מפתח געפינט זיך אין בלאט הילף:אינהאלט - אויף דער רעכטער זייט פון יעדן בלאט איז דא א לינק). איר דארפט נישט ליינען די לאנגע אויספירליכע הילף בלעטער, כאטש עס איז רעקאמענדירט אויב ווילט איר זיך באקענען מיט אלע פונקציעס און פרינציפן פון המכלול. אויב וועט איר דארפן סיי וועלכע הילף, קענט איר זיך אייביג ווענדן צום הילף טישל צו באקומען הילף פון די ערפארענע רעדאקטארן וואס וועלן זיך פרייען אייך צו שטיין צוהילף.
מאכט אייך באקוועם, שאפט א קאנטע, און פרובירט אויס רעדאגירן און געוואוינט אייך צו צום שרייבן אין המכלול אינעם זאמדקאסטן.