דרעפט:רבינו תם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יעקב ב"ר מאיר איז געבוירן געוואָרן אין פראנקרייך אינעם יאר 1100, און ער איז נפטר געווארן פיר טעג אין תמוז, יוני 9, אינעם יאר 1171, אין עלטער פון איין און זיבעציג יאר אין טראָי, פראנקרייך. ער איז געווען רש"י'ס אַן אייניקל, און דעם רשב"מ'ס אינגערער ברודער.

זיין הויפּט ווערק איז זיין "ספר הישר" וועלכער ענטהאלט ביאורים אויף דרייסיג מסכתות, און חידושים. ער ווערט באטראכט אלס הויפּט פון די פראנצויזישע בעלי התוספות. ער האט פארפאסט פּיוטים און סליחות, א דקדוק ספר "ספר הקראות", קבלה ספרים, און נאך. ער ווערט דערמאנט הונדערטער מאל אין תוספות.

דער נאמען "תם" נעמט זיך מסתמא פון "ויעקב איש תם"[1]. דער ר"ן רופט אים אָן "פּה קדוש"[2], הייליג מויל. רבינו תם האָט נישט איינגעשטימט מיט זיין זיידן רש"י וועגן דעם סדר פון די פּרשיות אין די תפילין. רש"י האלט פון דעם סדר לויט דער תורה: קדש, והיה כי יביאך, שמע, והיה אם שמוע. רבינו תם האלט אז והיה אם שמוע קומט פאר שמע. זענען פארהאן אידן וועלכע לייגן צוויי פּאָר תפילין צו צופרידן שטעלן ביידע מיינונגען.

און עס איז כדאי צו באמערקן: ער האט געזאגט אז א פּירוש ווי רש"י אויף גמרא וואלט ער יא געקענט מאכן, אבער א פּירוש ווי רש"י אויף חומש נישט. ער איז געווען פינף יאר אלט ביי רש"י'ס פּטירה.

  1. בראשית כה, כז.
  2. נדרים ב, א, אונטערן ווארט ושבועות.