דרעפט:רבי מנחם נחום פון טשערנאביל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' מנחם נחום פון טשערנאבל איז געבוירן געווארן אינעם יאר ת"ץ. זיין פאטער איז געווען ר' צבי ב"ר נחום גאון אין גאָרינסק, וואָלינער גובערניע, רוסלאנד. זייענדיג נאָך א קינד איז זיין פאטער געשטארבן, האט ער זיך געהאדעוועט ביי זיין פאטער'ס ברודער ר' נחום. ווען זיין פעטער האט איינגעזען זיינע גרויסע פעאיגקייטן, האט ער אים אוועקגעשיקט אין איינע פון די בארימטסטע ישיבות אין ליטע, וואו ער איז געווען פון די בעסטע תלמידים. נאך זיין חתונה האט ער געלעבט פון מלמדות. עס האט אים זייער געצויגן צו נסתר, צו קבלה, צו דער סודות'דיגער לערע, האט ער זיך פארטיפט אין דער לערע פון דעם אר"י און זיינע תלמידים. ער האט זיך אנגעהויבן צו פירן ווי זיי. ער האט זיך געפּייניגט, געפּראוועט סיגופים, און אזוי ווייטער.

ווען דעם בעל שם טוב'ס שיטה האט אנגעהויבן צו ווערן באקאנט, איז ער געפארן קיין מעזשעבוזש, און ער איז געוואָרן זיין תלמיד. נאכן בעל שם טוב'ס פּטירה, איז ער געווארן אַן אנהענגער פון דעם מעזעריטשער מגיד, דעם בעל שם טוב'ס נאכפאלגער. זייענדיג א גלענצנדער דרשן איז ער ארומגעפארן פארשפּרייטן חסידות, דעם בעל שם טוב'ס לערע. אויף זיינע רייזעס האָט ער אויך פיל געהאלפן צו פארבעסערן די עקאנאמישע לאגע פון די וועלכע האבן זיך גענייטיגט אין דעם. זייענדיג אליין אַן ארימאן, אפילו ווען ער איז געווען רב אין טשערנאבל, פלעגט ער אוועקגעבן זיינע עטליכע מטבעות פאר ארימעלייט. באזונדערס פלעגט ער זיך אפּגעבן מיט פּדיון שבויים, אויסלייזן געפאנגענע. ר' נחום'טשע, דער גרינדער פון דער טשערנאבילער דינאסטיע, איז נפטר געווארן עלף טעג אין מרחשון, אינעם יאר תקנ"ה אין טשערנאבל.

ר' נחוס'טשע איז דער מחבר פון "ישמח לב" אויף תלמודישע אגדות, און פון זיין וויכטיגן ספר "מאור עינים" אויף תורה וועלכער האט געמאכט א גרויסן איינדרוק אין דער וועלט פון חסידות. זיין זון ר' מרדכי (מאָטעלע) איז געווארן זיין נאכפאלגער.

אגב'דיגס: ר' נחום'טשע וועלכער האָט געארבעט מיט מסירת נפש פאַר "פּדיון שבויים", אויסלייזן געפאנגענע אידן, איז אמאל אליין געווארן איינגעזעצט אין טורמע, ווען ער האט זיך באמיט ארויס צו ראטעווען אַן איינגעזעצטן אידן. ר' זאב פון זשיטאָמיר האט באקומען די ערלויבעניש צו באדינען זיין רבי'ן אין זיין קעמערל. איינמאל האט זיך אויסגעדאכט אים אז ער זעט אין קעמערל א פרוי אין א זיידן טיכל. זי פרעגט דעם רבי'ן "זו תורה, וזו שכרה"? איז דאס דער שכר פאר לערנען תורה. און דער רבי ענטפערט "יא, דאָס איז דער שכר פאר לערנען תורה". נאך דער פרוי'ס פארשווינדן האט ער געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים באשיידן, ערקלערן דעם מיסטעריעזן, נישט־פארשטענדליכן שמועס. האט דער רבי אים דערציילט אז די פרוי איז געווען אונזער מוטער רחל. זי האָט אים געפרעגט צי דאס איז דער שכר פאר אויסלייזן אונשולדיגע אידן פון טורמעס. און אז ער האט איר געענטפערט: "יא, פונעם הימל האט מען מיך אריינגעבראכט אהער, כדי איך זאל זען ווי גרויס עס איז דער צער פון די איינגעזעצטע, און ווי גרויס עס איז די מצוה פון זיי אויסלייזן, כדי איך זאל עוסק זיין אין דער דאזיגער מצוה נאך שטארקער, מיט נאך מער איבערגעגעבנקייט ווי ביז איצט.

איידער ר' נחום'טשע איז געווארן דעם בעל שם טוב'ס א חסיד, פלעגט ער זיך פּייניגן… דערציילן חסידים אז איין מאל איז געקומען א מלאך פון הימל צו אים, און ער האט געוואלט אנטפּלעקן די סודות פון דער תורה צו אים. אבער דער רבי האט נישט געוואלט. ער האט געזאגט: "דאס וואס איך וועל דערגרייכן, וויל איך דערגרייכן מיט מיין אייגענער מי".