דרעפט:ווילנער גאון
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' אליהו ב"ר שלמה זלמן, בארימט אלס הגר"א (הגאון ר' אליהו), אלס "דער ווילנער גאון", און אויך פּשוט אלס "דער גאון", איז געווען, אחוץ זיין גאונות אין תנ"ך, תלמוד און אין דער גאנצער רבנ'ישער ליטעראטור ביז זיין צייט, א גרויסער מקובל, מאטעמאטיקער און גראמאטיקער. ער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאט סעלץ, נעבן בריסק, דינסטאג, דעם ערשטן טאג פּסח אין דעם יאר ת"פּ, אפּריל 23, 1720. זיין פאטער איז געווען ר' יששכר בער ב"ר אליה "חסיד" ב"ר משה קרעמער, אב בית דין אין ווילנא. זיין מוטער איז געווען טריינע, די טאכטער פון ר' פּתחיה ב"ר משה רבקש, מחבר פון "באר הגולה" אויפן שולחן ערוך.
צו זיבן יאר האט ער שוין געזאגט אין שול א טיפן פּלפּול וואס זיין פאטער האט אים אויסגעלערנט. ער האט געלערנט ביי ר' משה מרגלית, דער מחבר פון "פּני משה" אויף תלמוד ירושלמי. פון צען יאר אָן האט ער שוין נישט געלערנט ביי א רבי'ן און נישט אין א ישיבה. עס איז פארהאן א מיינונג אז זייט דעם אלפס און דעם רמב"ם איז נישט געווען זיין גלייכן אין תלמוד.
דער גאון האט געפירט א צוריקגעצויגן, אַסקעטיש לעבן. בלויז פון צייט צו צייט פלעגט ער לערנען מיט עטליכע תלמידים. דאָס איינציגע מאל וואס ער איז ארויסגעטרעטן עפנטליך, איז געווען זיין קאמף קעגן חסידות. ווען עס איז אויפגעקומען די חסידות באוועגונג, איז ער געווען שטארק דערקעגן, און ער האָט פארעפנטליכט זיין באוויסטן העפט "זמיר עריצים". ווען די חסידים האבן פארשפּרייט א ידיעה אין זיינע לעצטע יארן אז דער גאון האט חרטה אויף זיין שטעלונג קעגן חסידות, האט ער געשריבן צוויי בריוו, מיטן נאמען "גלוי אליהו", צו שטארקן זיין פריערדיגע שטעלונג.
זייענדיג א בכור, האט ער זיך אליין אויסגעלייזט ביי מערערע כהנים צו זיין זיכער מיט אַן אמת'ן כהן. אין האמבורג האט ער זיך אויסגעלייזט ביי ר' נפתלי הכהן, וועלכער האט געהאט א יחוס בריוו פון עלי הכהן אָן.
זיינע תלמידים זענען געווען גאונים. זיין בארימטסטער תלמיד איז געווען ר' שלמה זלמן. מען האט אמאל געפרעגט דעם גאון פארוואס ער נעמט נישט ר' שלמה זלמן'ען פאר אַן איידעם, זאל ער האבן געענטפערט: שלמה זלמן איז א הימלישער מלאך, און עס שטייט אין דער תורה "את בתי נתתי לאיש" (דברים כב, טז) מיין טאכטער האב איך געגעבן צו א מענטשן, נישט צו א מלאך. נאך ר' שלמה זלמן'ס פריצייטיגן טויט, איז זיין ברודער ר' חיים וואלאזשינער באטראכט געווארן אלס דעם גאון'ס תלמיד מובהק, בארימטסטער תלמיד.
דעם גאון'ס ווילן צו פאָרן קיין ארץ ישראל איז נישט פארווירקליכט געווארן. ער איז געפארן, אבער ער האָט זיך אומגעקערט פון מיטן וועג צוליב געוויסע טעמים. ער איז נפטר געווארן אין ווילנא, מאנטיג דעם דריטן טאג חול המועד סוכות, אינעם יאר תקנ"ה, אקטאבער 9, 1797, אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר.
דער גאון האָט איבערגעלאזט פילע ווערק: אדרת אליהו אויף תורה, א פּירוש אויף משלי לויט נגלה און נסתר, פּירושים אויף אנדערע תנ"ך ספרים, ספר יצירה, תוספתא, משניות, (פּרקי אבות), מסכתות קטנות, מכילתא, ספרא, סדר עולם רבא וזוטא, זהר, תיקוני זהר, פּסח הגדה, שולחן ערוך, ספרא דצניעותא; הגהות אויף תלמוד ירושלמי, תלמוד בבלי, ספרי, פּרקי רבי אליעזר; דקדוק אליהו, קול אליהו, און נאך.
אגב'דיגס: עס איז פארהאן א מדרש פּליאה: "מה ראה אדם הראשון וחטא? ראה שתים ולא ראה שלש". וואס האט אדם הראשון געזען, און ער האט געזינדיגט? ער האט געזען צוויי, און דריי האט ער נישט געזען. איז דאס עפּעס א מאדנער מאמר, ממש נישט פארשטענדליך. ערקלערט עס דער ווילנער גאון אזוי: אין פּרקי אבות שטייט "הסתכל בשלשה דברים, ואין אתה בא לידי עבירה. דע מאין באת, ולאן אתה הולך, ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון". טראכט שטענדיג פון דריי זאכן, וועסטו נישט זינדיגן. נעמליך, פון וואנען דו ביזט ארויסגעקומען, וואוהין דו גייסט, און פאר וועמען דו וועסט מוזן אפּגעבן דין און חשבון. אדם הראשון האט דאך געקענט זען בלויז צוויי זאכן: וואוהין ער וועט גיין, און פאר וועמען ער וועט דארפן אפּגעבן דין און חשבון. אבער דעם "מאין באת", פון וואנען דו קומסט ארויס, האט ער דאך נישט געקענט זען. ווייל דער אויבערשטער אליין האט דאך אים באשאפן. אט דאס איז דער פּשט פון "ראה שתים", ער האט געזען בלויז צוויי זאכן. "ולא ראה שלש", דעם "מאין באת", פון וואנען ער שטאמט, דאס האט ער נישט געזען[1].
דער אלעקסאנדערער רבי ר' חנוך העניך האט געזאגט: דער ווילנער גאון האט איבערגעלאזט ספרים, דער בעל שם טוב האט איבערגעלאזט מענטשן. זעט ענדע צו.
רעפערענצן
- ↑ די אויסטייטשונג פון דעם מדרש פליאה ווערט אויך געברענגט אין קונטרס "דברי צדק" אינעם נאמען רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער אין זיין ויכוח מיט'ן נודע ביהודה, ירושלים תרצ"ב, עמ' כד