רוי:הערץ האָמבערג
נפתלי הערץ האָמבערג (אויף דײַטש: Herz Homberg; תק"ט - תר"א) איז געווען פון די משכילים, וועלכער האט געארבעט לויט דער עסטרייכישער רעגירונג'ס פארארדענונגען ארויפצוצווינגען א מאדערנעם חינוך אויף די אידן פון גאליציע.
זיינע וואנדערונגען און לערנונגען
נפתלי הערץ האָמבערג איז געבוירן געוואָרן אין יאר תק"ט אינעם דאָרף ליוונע, נעבן פראג, אין בעהמען. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביי רבי יחזקאל לאנדא, דער "נודע ביהודה", און שפעטער אין די ישיבות אין פרעשבורג און גלאָגאוו. אלט זייענדיג 18 יאר, האט ער אָנגעהויבן שטודירן דייטש אין געהיים. ווען דאס איז אויפגעדעקט געווארן, האט ער פארלאזט די ישיבה. צווישן די יארן תקכ"ח און תק"ל האט ער זיך אויפגעהאלטן אין ברעסלוי און זיך איינגעהאנדלט אַן אַלגעמיינע בילדונג. שפעטער האָט ער געליינט דעם מאמר פון רוסאָו "עמילע", און אונטער דער השפּעה פון דעם מאמר האָט ער זיך געקערט צו דער פעלד פון ערציאונג.
צווישן די יארן תק"ל–תקל"ב האט ער זיך אויפגעהאלטן אין בערלין, וואו ער האט שטודירט לאטייניש און מאטעמאטיק. אין יאר תקל"ב איז ער אנגעקומען קיין האמבורג, וואו ער האָט פארברייטערט זײַנע שטודיעס אין ערציאונג און פעדאגאגיק. אין יאר תקל"ט האט ער זיך צוריקגעקערט קיין בערלין. אין בערלין האָט ער זיך דערנענטערט צו דעם קרײַז פון משכילים און בפרט צו משה מענדלסאן. מענדעלסאָן האָט אים אויפגענומען אלס א פריוואטער לערער פאר זיין זון יוסף. משה מענדלסאן און הערץ האָמבערג האָבן ווײַטער אנגעהאלטן קשרים דורך בריוו ביז מענדלסאנ'ס טויט. האָמבערג האָט אויך זיך באטייליגט אין שרייבן דעם "ביאור" פון מענדלסאן אויף דער תורה, שרייבנדיג דעם פירוש אויף ספר דברים.
אין יאר תקמ"ב איז ער אריבער קיין וויען, און פון דארט קיין גאריציע אין צפון־איטאליע. נישט טרעפנדיג קיין פאסטן אין די צוויי פלעצער איז ער נאך אינעם זעלבן יאר אריבער קיין טריעסט, איטאליע. דארט האט די אידישע קהילה אויפגעשטעלט א שולע לויט די נייע געדאנקען וואס נפתלי הערץ ווייזל האט ארויפגעברענגט אין זיין ביכל "דברי שלום ואמת". אין טריעסט האט ער געארבעט ווי לערער אין די יארן תקמ"ג–תקמ"ד, און דארט האט ער אויך חתונה געהאט. שפעטער איז צוריקגעגאנגען קיין וויען וואו ער האט זיך פארהערט אין דער אוניווערזיטעט צו באקומען א באשטעטיגונג אלס א לערער פון פילאזאפיע. ער איז געווען דער ערשטער איד אין עסטרייך וואס איז דורכגעגאנגען די פארהערן. די אוניווערזיטעט אין פראג האט מסכים געווען אים צו שטעלן אלס א לערער, נאר דער קייזער, יאזעף דער צווייטער, האט אנולירט די נאמינאציע צוליב דעם וואס ער איז געווען איד. (אין ליכט פון דעם עפיזאד האט אים מענדלסאן געשריבן די באקאנטע פראזע, "עס איז בעסער אז די אוניווערזיטעט האט דיך אנגענומען און דער קייזער האט דיך אוועקגעווארפן, ווי איידער דער קייזער זאל דיך אננעמען און די פילאזאפיע זאך דיך אוועקווארפן.") פון דער אנדערער זייט, ווי א פארגיטיגונג דערויף און לויט א רעקאמענדאציע פון מענדלסאן, האט דער קייזער באשלאסן, אין יאר תקמ"ז, צו שטעלן האמבערג'ן ווי אן אויפזעער מטעם דעם קייזער אויף די פאלקס־שולעס אויף דער דייטשער שפראך אין גאליציע.
אלס באאמטער פונעם קייזער
האמבערג איז אנגעקומען קיין לעמבערג צו רעגירן פון דארט אויפ'ן אידישן חינוך אין גאליציע. ער האט אנגעהויבן אויפצושטעלן ארום הונדערט מאדערנע שולעס אין וועלכע מען האט געלערנט דייטש. נאך גלייך אין אנפאנג האט ער זיך אנגעשטויסן אין א ווידערשטאנד פון די אידן דארט אויפ'ן פלאץ. קיינער האט נישט מסכים געווען אים צו פארדינגען א דירה צוליב דעם וואס מען האט אים פאררעכנט ווי אן אפיקורוס. ער האט נישט געטראפן קיין לאקאלע לערערס פאר די שולעס וועלכע ער האט אויפגעשטעלט און איז געווען געצוואונגען צו ברענגען לערערס פון אינדרויסן פון גאליציע. אין יאר תקמ"ח האט ער געדרוקט, צוליב דעם ווידערשטאנד, אן אפענעם בריוו געוואנדן צו די רבנים, אגרת אל רועי שה פזורה לישראל, אין וועלכן ער פארלאנגט אריינצוברענגען שינויים אינעם טראדיציאנעלן חינוך, צווישן זיי דאס לערנען דקדוק, דייטש און אלגעמיינע וויסנשאפטן. אזוי אויך האט ער געפאדערט אויפצופאסן אויף דער ריינקייט פון די חדרים און אז אין די כיתות זאל נישט זיין צו געדרענגט. אין זיין בריוו, וועלכער איז אויך פארעפנטליכט געווארן אין דער צייטונג "המאסף", האט ער אויך געלאזט פאלן רמזים וועגן סטראשונקעס איבער מער שארפערע מיטלען פון זיין זייט, שרייבנדיג צו די רבנים אז "לא כל העולה על רוחם בראשונה היה יהיה חוק לישראל ומשפט לבני יעקב."
אין די קומענדיגע יאר האט ער געגרינדעט איבער הונדערט שולעס, צווישן זיי שולעס פאר מיידלעך און ווי אויך א שולע פאר לערערס אין שפיץ פון אהרון פרידנטאל. די לערערס אין די שולעס פון האמבערג האבן מזלזל געווען אין תורה און מצוות און הלכה, און ווי אויך פלעגט זיין פארשידענע סיכסוכים צווישן זיי, אזוי אז די אידן האבן געטון וואס זיי האבן געקענט זיך ארויסצודרייען פון שיקן זייערע קינדער צו לערנען אין די שולעס, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן ענדערש געוואלט שיקן די קינדער אין קריסטליכע שולעס. אין יענע יארן האט האמבערג זיך אויסגעדרוקט מיט א פאזיטיווער מיינונג איבער די "ליכט שטייערן" וואס די רעגירונג האט ארויפגעלייגט אויף די אידן. ווי אויך האט ער געדינט ווי א צענזורירער אויף אידישע ספרים. ער האט גע'עצה'ט פאר דער רעגירונג צוצושפארן די ישיבות און צו פארבאטן דאס זיך באנוצן מיט לשון־קודש. האמבערג איז געזען געווארן ווי א פיינט אין די אויגן פון די אידן פון גאליציע. זיי האבן אים פאר'מסר'ט אז ער האט געהאט ריווח פון די "ליכט שטייערן". אין יאר תק"ס אדער תקס"א איז האמבערג געווען געצוואונגען צו אנטלויפן פון גאליציע קיין וויען, און אין יאר תקס"ו, נאכדעם וואס מען האט אים פארדעכטיגט אין סימפאטיזירן מיט'ן סנהדרין פון נאפאלעאן, האט די רעגירונג פארשפארט די שולעס וועלכע ער האט אויפגעשטעלט.
ווי דערמאנט, איז האמבערג אנטלאפן קיין וויען. דארט האט ער זיך אויפגעהאלטן אומגעפער זעקס יאר, אן קיין געזעצליכן סטאטוס און אין ארעמע און דחקות'דיגע באדינגונגען. אין יאר תקס"ו, נאכדעם וואס די רעגירונג האט פארשפארט זיינע שולעס און אים אפגעזאגט פון זיין פאסטן אלס דער הויפט אויפזעער, איז ער געשטעלט געווארן ווי דער צענזורירער אויף אידישע ספרים. ער האט פארפאסט א ביכל איבער רעליגיעזע לימודים פאר די אידן מיט'ן נאמען "אמרי שפר", וועלכער איז געבויט אויף די עיקרים פון דער אמונה לויט'ן רמב"ם, אויף די עשרת הדיברות און אויף ענינים פון מוסר, דרך־ארץ און לאָיאַליטעט צו דער עסרייכישער מדינה. אין דער צווייטער מהדורה פונעם ספר, וועלכע איז ארויס אין יאר תקס"ח, איז דא א הסכמה פון רבי מרדכי באנעט, אבער עס איז נישט קלאר אויב ער האט דאס געגעבן פון זיין אייגענעם ווילן אדער צוליב דעם וואס האמבערג איז געווען א מקורב למלכות. (שפעטער האט דער זון פון רבי מרדכי, נפתלי, פרובירט צו פארפאסן אן אלטערנאטיווע, מער קאנסערוואטיווער קאטעכיזם מיט'ן נאמען "אמונת ישראל".)
אין יאר תקע"ב האט ער ארויסגעגעבן אן ענליכן ספר מיט'ן נאמען "בני ציון" אויף דער דייטשער שפראך, וועלכער איז געבויט אויף די עשרת הדיברות מיט א דגוש אויף די מצוות שבין אדם לחבירו און לאיאליטעט צו דער מדינה. אין סוף יאר תקע"ב האט דער קייזער ארויסגעגען א באפעל וועלכער האט פארארדענט צו לערנען דעם ספר אין אלע אידישע שולעס, און אזוי אויך אז ווער עס וויל באקומען א דערלויבעניש חתונה צו האבן, מוז דורכגיין א פארהער אויף דעם אינהאלט פון דעם ספר (און צוליב דעם לערנען דייטש). דינענדיג אלס צענזורירער האט ער פארגעשלאגן צו פארבאטן צו דרוקן נייע ספרים אין קבלה, דרשות און חידושים אויף ש"ס (וויבאלד "די אלטע זענען שוין אזוי אויך איבער גענוג"). אזוי אויך האט ער פארגעשלאגן אויסצומעקן פארשידענע טיילן פון דער גמרא און פון די סידורים. רוב פון זיינע פארשלאגן זענען קיינמאל נישט אנגענומען געווארן וויבאלד די רעגירונג איז דאן געווען פארנומען מיט דער מלחמה קעגן נאפאלעאן, אדער צוליב דעם וואס דאס פרומע אידנטום האבן געארבעט מיט וואס זיי האבן נאר געקענט קעגן אים.
אין יאר תקע"ד איז האמבערג געשטעלט געווארן צו זיין דער ממונה אויף די שולעס אין בעהמען. אויף דעם פאסטן האט ער געדינט ביז זיין טויט אין יאר תר"א. אין דער צייט האט ער פארפאסט נאך עטליכע ביכלעך, צווישן זיי אן אייגענעם פירוש אויף די חמשה חומשי תורה. ער האט ארויסגעגעבן א צווייטע מהודרה פון דעם דייטשן־לשה"ק'ן ווערטערבוך "אוצר השורשים" פון יהודה לייב בן־זאב. צופיל פרטים איבער זיין לעבן אין פראג איז נישט באקאנט, און ווי ס'זעט זיך אויס איז ער דעמאלטס שוין נישט געווען אזוי אקטיוו, מן הסתם אויך צוליב זיין טיפן עלטער. (ער איז געשטעלט געווארן אלס ממונה אלט זייענדיג 65 יאר, און געדינט אויף דעם פאסטן ביז זיין טויט אין עלטער פון 92 יאר.)
האמבערג איז געווען פארפיינטעט ביי רוב אידן דורכאויס זיין לעבן און נאך זיין טויט. זיין פערזענליכקייט האט געדינט ווי א סימבאל פון דער השכלה באוועגונג, ווי איינער וואס האט זיך געוואנדן צו פרעמדע רעגירונגען מיט גזירות קעגן די אידן און קעגן דאס לערנען תורה און קיום המצוות. הרב זאב יעבץ, אין אן ארטיקל וואס ער האט פארעפנטליכט אינעם קובץ "המאסף" שרייבט אויף דעם האמבערג'ן:
ראש משכילי וויען, איש אשר לנבלותו אין קצה, ושמו הירץ הומבורג, הוא החל לקטרג ולהוציא שם רע על ישראל באוזני הממשלה... חייבים אנו להגיד כי לא קם עוד נבל כמוהו בתוכם כהומבורג, מדבר תועה ונבלה כמוהו.
אפילו הונדערט יאר נאך זיין טויט שרייבט יוסף קלאזנער איבער זיין פערזענליכקייט:
[שמעון] ברנפלד מתפלא שנשאר הומברג ביהדותו עד יום מותו. בניו התנצרו ברובם ושמו נשאר לא לברכה בקרב יהודי גליציה. ואף על פי כן, הרי הגן על היהדות הצרופה בכל ספריו (...) מה שמנדלסזון חיבב אותו והמליץ עליו, מוכיח גם כן שלא היה אישיות רגילה ושפלה לגמרה. ודאי, לא היה הומברג אישיות טהורה ואצילה, וההשכלה ה"רשמית", שהטיל על היהודים בתוקף השוטר, אינה יכולה להיות לנו, בזמננו, לרצון. אז, בימי יוסף השני, לאופולד ופראנץ, לא ראו דרך אחרת לשנות את דרכי העם ולהיטיב את מצבו (...) והזמן והמסיבות גרמו למעשים ציבוריים ולאומיים, שכיום הם שנואים ומאוסים עלינו, ואז נראו טובים וטבעיים
פאר מער אינפארמאציע
- יוסף קלוזנר, היסטוריה של הספרות העברית החדשה, כרך א, ירושלים תשי"ב, עמ' 211–223.
- יוסף ולק, '"בני ציון" להרץ הומברג', בר-אילן יד–טו (תשל"ז), 218–232. (ווידער איבערגעדרוקט אין זיין ספר "כיום אתמול" (1997))
- רחל מנקין, 'נפתלי הרץ הומברג: הדמות והדימוי', ציון (רבעון לחקר תולדות ישראל) עא, ב (תשס"ו), 153–202.
דרויסנדיגע לינקס
- הערץ האמבערג, אין דער 1901–1906 אויפלאגע פון דער אידישער ענציקלאפעדיע (אין ענגליש)
- הערץ האמבערג, אין דער ענציקלאפעדיע יודאאיקע (אין ענגליש)
- הירץ הומבירג, אמרי שפר, ווין תקס"ח, אינעם וועבזייטל HebrewBooks
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!