רוי:משכן

פון המכלול
ווערסיע פון 17:34, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
משכן העדות שבו שרתה השכינה

דער משכן איז דער נאָמען פון דעם באװעגלעכן בית המקדש, װאָס די ײדן האָבן געהאַט אין דער מדבר. דאָס װאָרט איז פון „שכן“ (װאױנען). אין חומש שמות כ"ה זאָגט גאָט צו משה רבנו אַז ער זאָל זאָגן צו די ײדן, אַז יעדער זאָל געבן נדבות „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם“, און דערפון זאָלן זײ מיר מאַכן אַ הײליקטום און איך װעל װאױנען צװישן זײ. דאָרט אין חומש (פרשת תרומה) װערט באשריבן אױסגעפירלעך װי דער משכן האָט אױסגעזען, װאָסערע כלים עס זענען געװען אינװײניק. ער איז געװען אַ געצעלט, איבערצוטראָגן פון אײן אָרט אין צװײטן, געמאַכט פון האָלץ און באַדעקט מיט יריעות. אין משכן אין געװען דער ארון, דער שולחן, מנורה און מזבח. אין שמות ל"ה װערט געזאָגט, אַז די אַרבעט פון משכן האָבן אױסגעפירט בצלאל בן אורי פון שבט יהודה און אהליאב בן אחיסמך פון שבט דן. אין די תלמודישע קװאַלן װערט אױך דאָס הײליקטום װאָס ײדן האָבן שפּעטער, אין דער צײט פון די שופטים, געהאַט אין שילה, אָנגערופן „משכן שילה“.

קוואַלן