רוי:לאנדאן היטרוי פליפעלד
לאנדאן היטרוי פליפעלד (ענגליש: London Heathrow Airport), פלאצירט אין דער לאנדאנער בארא פון הילינגדן, איז דאס גרעסטע פליפעלד אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך. אין מאס פון פאסאזשירן פארקער איז עס דאס פינפטע גרעסטע אין דער וועלט, און עס באהאנדלט מער אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן ווי סיי וועלכן פליפעלד אין דער וועלט. זיין IATA קאד איז LHR. דאס לופטפעלד געהערט צו BAA, וואס פארוואלטעט נאך דריי פליפעלדער אינעם פאראייניגטן קעניגרייך.
דאס לופטפעלד איז 22 ק"מ ווייט פון צענטראל לאנדאן.
ס'זענען דא פינף טערמינאלן. די צוויי נייעסטע זענען טערמינאל 5, וואס די קעניגין עליזאבעט די צווייטע האט געעפנט אפיציעל דעם 14טן מערץ 2008, און טערמינאל 2, וואס האט געעפנט דעם 4טן יוני 2014. היטרוי איז איינע פון זעקס פליפעלדער וואס באדינען לאנדאן.
סטארטפאסן
היינט ווערן געניצט צוויי פאראלעלע סטארטפאסן, וואס ליגן מזרח-מערב: דער צפונדיקער (09L/27R) און דער דרומדיקער (09R/27L). איינער ווערט געניצט פאר אויפפליען און דער צווייטער פאר לאַנדן.
צוטריט
פובליקער טראנספארט
באן
- היטרוי עקספרעס: א דירעקטע באדינונג צו פאדינגטאן סטאנציע אין לאנדאן; באנען פארן ארויס יעדע 15 מינוט און די רייזע דויערט 15 מינוט.
- היטרוי קאנעקט: אן אפשטעלנדיקע באדינונג קיין פאדינגטאן; באנען פארן ארויס פון היטרוי צענטראל יעדע 30 מינוט און די רייזע דויערט 27 מינוט. באנען שטעלן זיך אפ ביי הייז און הארלינגטאן וואו מ'קען טוישן צו א באן קיין רעדינג.
- לאנדאנער אונטערגרונט (פיקאדילי ליניע):
- דרום מערב באנען