רוי:טביה דער מילכיגער
טביה אָדער טעוויע דער מילכיקער איז דער נאָמען פון אַ בוך, ווי אויך דער הויפּט כאַראקטער אין דעם בוך. געשאַפן פון שלום עליכם, אַרויס אויף אידיש אין יאָר ה'תרנ"ד (1894). אין יאָר ה'תרצ"ט (1939) האָט מען אַדאַפּטירט פון די דערציילונגען אויף דעם פילם טעוויע.
טביה איז אַן אָרימער איד וואָס וואוינט אין אַ דאָרף ניט ווײַט פון אַנאַטעווקע, מיט זײַן ווײַב גאָלדע, און זײַנע זיבן טעכטער (נאָר זעקס פון זיי ווערן דערמאָנט בײַם נאָמען: צייטל, האָדל, חוה, שפּרינצע, ביילקע און טײַבל).
די געשיכטע
דער בוך איז אויסגעשטעלט אַלס מאָנאָלאָגן, וואָס טביה דעציילט זײַנע איבערלעבונגען צו דעם מחבר.
דאָס גרויסע געווינס
אין דער ערשטער מעשה, דערציילט טביה ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ מילכיקער. איינמאָל איז ער געפאָרן אַליין אין וואַלד, און ער האָט דאָרט געטראָפן צוויי בלאָנזשענדיקע אידישע פרויען. נאָכן פירן זיי אין שטאָט אַרײַן, האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז זיי באַלאַנגען צו אַ נגידישער משפחה, און אַלס לוין פאַר זײַן הילף, האָט מען עם אָנגעשטאָפּט מכל טוב אַהיים צו ברענגען, געלט, געבעקס און דער עיקר - אַ מעלקנדיקע בהמה.
אַ בוידעם
טביה שטויסט זיך אָן אויף זײַנעם אַ ווײַטן קרוב – מנחם מענדל. יענער רעדט טביה'ן אײַן ער זאָל מיט עם געטרויען זײַנע גאַנצע געלט ער זאָל מיט דעם קויפן אקציעס, צוזאָגנדיק דערבײַ אַז די געלט וועט זיך פאַרטאָפּלען עד בלי די און טביה וועט נאָך ווערן אַן עושר. טביה באַוויליקט זיך, און די גאַנצע געלט גייט לאיבוד.
הײַנטיקע קינדער
דער קצב לייזער־וואָלף, אַ גרויסער גביר – כאָטש אַ היבשער עם־הארץ, רעדט זיך צונויף מיט טביה'ן ער זאָל עם פאַרקנסנען זײַן עלטסטע טאָכטער צייטל. דערווײַלע ווײַזט זיך אויס אַז צײטל וויל גאָר חתונה האָבן מיט מאָטל קאַמזויל – דער אָרימער שנײַדער. טביה איז מסכים, און ער פאַלט אײַן אויף אַ המצאה כדי אײַנצורעדן גאָלדען: אינמיטן נאַכט כאַפּט ער זיך אויף ווי פון אַ בייזן חלום, און טענה'ט אַז לייזער־וואָלפס ערשטע פרוי פרומע־שרה, האָט עם שטרענג געוואָרנט ניט צו געבן זײַן טאָכטער פאַר איר געוועזענעם מאַן, אַניט – וועט זי שטאַרבן נאָך אַ וואָך דרײַ.
האָדל
אַ נײַער גאַסט באַווײַזט זיך אין שטעטל, טביה רופט עם אָן „פעפערל” נאָך זײַן שאַרפן צונג, אָדער אויף רוסיש – פּערטשיק. האָדל פאַרליבט זיך אין עם, נאָר ער איז אַ פאַרברענטער קאָמוניסט. נאָכן שטעלן חופה און קידושין, ווערט ער אַרעסטירט און פאַרשיקט אין סיביר. האָדל פאָרט עם נאָך אַהין צו.
חוה
טביהס דריטע טאָכטער חוה האָט שטאַרק ליב צו לייענען. זי הייבט אָן באָרגן ביכער בײַ איינעם אַ גוי כוועדקע, וועלכער זי טענה'ט „איז דער צווייטער גאָרקי”. זי פאַרליבט זיך אין עם, האָט חתונה מיט עם, און בײַ טביה'ן איז זי פּונקט ווי געשטאָרבן.