רוי:טביה דער מילכיגער

טביה אָדער טעוויע דער מילכיגער איז דער נאָמען פון אַ בוך, ווי אויך דער הויפּט כאַראקטער אין דעם בוך. געשאַפן פון שלום עליכם, אַרויס אויף אידיש אין יאָר ה'תרנ"ד (1894). אין יאָר ה'תרצ"ט (1939) האָט מען אַדאַפּטירט פון די דערציילונגען אויף דעם פילם טעוויע.
טביה איז אַן אָרימער איד וואָס וואוינט אין אַ דאָרף ניט ווייט פון אַנאַטעווקע, מיט זיין ווייב גאָלדע, און זיינע זיבן טעכטער (נאָר זעקס פון זיי ווערן דערמאָנט ביים נאָמען: צייטל, האָדל, חוה, שפּרינצע, ביילקע און טייבל).
די געשיכטע
דער בוך איז אויסגעשטעלט אַלס מאָנאָלאָגן, וואָס טביה דעציילט זיינע איבערלעבונגען צו דעם מחבר.
דאָס גרויסע געווינס
אין דער ערשטער מעשה, דערציילט טביה ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ מילכיגער. איינמאָל איז ער געפאָרן אַליין אין וואַלד, און ער האָט דאָרט געטראָפן צוויי בלאָנזשענדיקע אידישע פרויען. נאָכן פירן זיי אין שטאָט אַריין, האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז זיי באַלאַנגען צו אַ נגידישער משפחה, און אַלס לוין פאַר זיין הילף, האָט מען עם אָנגעשטאָפּט מכל טוב אַהיים צו ברענגען, געלט, געבעקס און דער עיקר - אַ מעלקנדיקע בהמה.
אַ בוידעם
טביה שטויסט זיך אָן אויף זיינעם אַ ווייטן קרוב – מנחם מענדל. יענער רעדט טביה'ן איין ער זאָל מיט עם געטרויען זיינע גאַנצע געלט ער זאָל מיט דעם קויפן אקציעס, צוזאָגנדיק דערביי אַז די געלט וועט זיך פאַרטאָפּלען עד בלי די און טביה וועט נאָך ווערן אַן עושר. טביה באַוויליקט זיך, און די גאַנצע געלט גייט לאיבוד.
פילם
טעוויע איז א שווארץ-און-ווייס תרצ"ט דראמאטישער פילם אין א פוילישן יודיש געשריבן, דירעקטירט דורך מאריס שווארץ וועלכער שפילט אויך אלס טעוויע אינעם פילם, און פילמירט אין ניו וארק.
עס איז באזירט אויף פריערדיגע ווערק פון שווארץ (א שטומע פילם אום 1919 מיטן נאמען חוה און א בינע שפיל טעוויע) וואס איז באזירט אויף שלום עליכם'ס פאפולערע בוך טעוויע דער מילכיגער.
אין 1991 איז דאס געווארן די ערשטע נישט-ענגליש-שפראכיגע פילם צו ווערן פרעזערווירט דורכן לייברערי אף קאנגרעס.
אינמיטן פילמירן האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט מלחמה, וואס כאטש עס האט געהאט אן אפעקט אויף די אקטיארן צוליב וואס טייל האבן דארט געהאט פאמיליע, האט מען דאך באוויזן צו ענדיגן די מאווי.
די פילם האט געהייסן אלס פארלוירענע ביז אום 1978 ווען מ'האט געפונען איין קאפּיע.
שפילער
- מאריס שווארץ אלס טעוויע
- רבקה וויינטרויב אלס גאלדע
- מרים רייזעלע אלס חוה
- פאולע לובעלסקי אלס צייטל
- ליאון לייבגאלד אלס חוה'ס חתן פעדיע
- יוליוס אדלער אלס אלעקסיי דער קריסטליכער גלח
- וויקי מארקוס שלמה'לע
- בעטי מארקוס פערעלע
דרויסנדיגע לינקס
זע אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!