רוי:התאחדות קהלות החרדים

פון המכלול
ווערסיע פון 16:05, 25 נאוועמבער 2022 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (אינערליכע פארבינדונגען)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאס התאחדות קהלות החרדים איז א פארבאנד פון חרדישע אידישע געמיינדעס אין לאנדאן, ענגלאנד.

גרינדונג און פירערשאפט

דאס התאחדות קהלות החרדים אין לאנדאן איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'תרפ"ו דורך הרב אביגדור שיינפעלד, רב פון דער עדת ישראל שול אין לאנדאן. נאך זיין פטירה יונגערהייט אין תר"ץ איז די קהילה איבערגענומען געווארן דורך זיין זון הרב שלמה שיינפעלד וואס ער האט אויפגעשטעלט די ארטאדאקסישע מוסדות און געברויכן אין לאנדאן, אין תשט"ו האט דאס התאחדות אויפגענומען הר"ר חנוך דוב פדווא אלס אב"ד, און הר"ר שלמה איז געווען דער רב הנשיא פון דער קהילה ביז ער איז נפטר געווארן אין יאר תשד"ם.

נאך הר"ר חנוך דוב פדווא איז געווארן אויפגענומען אלס אב"ד זיין זון הר"ר משה חיים אפרים פדווא וואס פירט די קהילה ביז צום היינטיגן טאג.

קערפערשאפט

דאס התאחדות קהלות החרדים פארטרעט אלע חרדישע געגנטן אין לאנדאן, ד"ה סטאמפארד היל, גאלדערס גרין, הענדאן און עדזשווער, און פילע אידישע קהילות אין די אלע פלעצער.

דאס התאחדות קהלות החרדים טוט צושטעלן אלע קהלישע געברויכן ווי וועד הכשרות (מיטן נאמען כדתיא), בתי דינים און בית הוראה, מקוואות און א קימפעטארן היים "בית ברכה". די נארד לאנדאן חברה קדישא און נארד־וועסט לאנדאן חברה קדישא באדינען די קהילה, וואס ניצט די בתי חיים אין ענפילד און טשעשאנט.

די קוראטארן פון דער קהילה זענען ר' בנציון פרישוואסער און רבי אברהם פינטער.

ביז תש"נ איז געווען ראש הקהל ר' יצחק קאהן. פון ר"ח אב תש"נ ביז זומער תש"פ איז געווען ראש הקהל ר' דוד פראנד; תמוז תש"פ האט ער אפגעזאגט זיין פאזיציע און ר' בנימין שטערן (ראה"ק קהל תורה עץ חיים) האט איבערגענומען (אפעציעל איז ר' דוד נאך געווען ראה"ק ביז ר"ח אב דאס איז פונקט 30 יאר זייט ער איז געווארן אויפגענומען). יוסף לעבנשטיין איז געווען א וויצע־פרעזידענט ביז זיין פטירה אין תשע"ה.

ראבינאט

די קהילה האט א ראבינאט, דער בית דין פון דער קהילה. די מיטגלידער פון דער ראבינאט בית דין זענען:

בתי דינים

די קהילה האט צוויי בתי דינים פאר דיני תורות, איינער אין סטאמפארד היל און דער אנדערער אין גאלדערס גרין. די דיינים אין סטאמפארד היל זענען הרב צבי נחמיה (הערשל) שנעק, הרב מרדכי אייזנער, הרב מרדכי צבי פסח, און הרב ישראל מאיר האלפערן, די ספרא דדיינא'ס זענען הרב יעקב ראובן קאנראד און הרב ישראל יעקב פרענקל. די דיינים אין גאלדערס גרין זענען הרב דוד דונער, הרב דוד קאהן און דיין דניאל שאנפעלד; דער ספרא דדיינא איז הרב מתתיהו לארענץ.

שולן און בתי מדרשים

בתי מדרשים אין סטאמפארד היל

די קהילה האט מער ווי הונדערט שולן און בתי מדרשים אין סטאמפארד היל.

בתי מדרשים אין גאלדערס גרין

די פאלגנדע בתי מדרשים אין גאלדערס גרין געהערן צום התאקה"ח:

בית מדרש רב
אברכים הרב יעקב יצחק לעוו
אור ישראל (סאדיגורא) הרב אהרן פרידמאן
אמרי שפר הרב מאיר ראפאפארט
בית אברהם הרב רפאל גאלדבלאט
בית ישכר דוב הרב גרשון האגער
בית שמואלֿ הרב משה היילפרין
גערער שטיבל
סאסאוו הרב שלמה פרישוואסער
עץ חיים ישיבה
קהילת אוהל משה הרב דוד שטערן
קהל חסידים הרב יצחק אליעזר בריעף
שערי תפילה הרב ישעיה שלעזינגער
תפארת ישראל הרב יוסף וויינבערג

מוסדות החינוך

די מוסדות החינוך פון די קהילה זענען כולל חדרים, שולן פאר יינגלעך, שולן פאר מיידלעך, הויכשולן, ישיבה קטנות,ישיבה גדולות, כוללים און מיידלעך סעמינאר'ס.

מיידלעך שולעס

מיידלעך שולעס פון דער קהילה: